top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קני המנורה: דיינים פון אלע סקווערער שטיבלעך געלאדענט צו מסיבת שבע ברכות במעון הקודש פון האד' מסקווירא

  • Bechatzros admin
  • לפני 10 דקות
  • זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: אייזיק ג.,JDN

פארלאפענעם ליל שישי איז אפגעראכטן געווארן אן ערהאבענע שמחת שבע ברכות בחצר הקודש סקווירא אינאיינעם מיטן מעמד קני המנורה ספעציעל געווידמעט אלס היסטארישע צוזאמקום פאר אלע דיינים יושבים על מדין אין די שטיבלעך  דחסידי סקווירא ברחבי תבל, וועלכע האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א כשהשמחה במעונו.


די שבע ברכות איז פארגעקומען אינעם גרויסן שטוב בביתו נאווה קודש פונעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואס איז געווען צוגעשטעלט אויף א הערליכע פארנעם לכבוד שמחת בית צדיקים ולכבוד הרבנים הנאספים, דינענדיג אלס א קוואל פון חיזוק פאר די געטרייע רבנים און דיינים וועלכע געבן זיך אוועק יומם ולילה לא ישבותו משיב צו זיין דעם דבר ה' זו הלכה.


בעפאר די מעמד איז אפגעהאלטן געווארן א גאר פראדוקטיווע אסיפה אין די געלבמאן זאל אין סקווערער שטעטל, וואו עס איז געווען א געלעגנהייט פאר די דיינים זיך דורכצושמועסן איבער מערערע נושאים און הלכה'דיגע שאלות וואס זענען מצוי, באגלייט מיט טרעפליכע דרשות דורך הגה"צ רבי אברהם צבי וואזנער אבד"ק סאטמאר מאנסי און דעם רבינס זון הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א.


שפעטער זענען די רבנים אריין בחדרי המלך פנימה, בביתו נאווה קודש פונעם סקווירא רבי'ן, וואו עס איז געווען צוגעשטעלט א רייכע סעודה פאר די דיינים און זייערע בני בית, און א רייכע קאפעליע אין שפיץ פון די משוררים בחצר הקודש האבן מהנה געווען בשירה וזמרה. 


די רבי שליט"א איז ערשינען צום מעמד לקול תרועת השמחה און זיך געוואשן צום סעודת שבע ברכות בראש שמחתו, דער יושב ראש הרב יחיאל מיכל אייזנבערג האט טרעפליך פותח געווען די מעמד, רעדנדיג בשבחם פון די רבנים און דיינים וואס געבן זיך אוועק יעדער אין זיין קהילה אויף א טאג טעגליכער פארנעם שלא על מנת לקבל פרס. ער האט דאן געמאלדן איבער א נייע אינציאטיוו צו גרינדן א וועד הרבנים וואס וועלן שטיין צוהילף און באגלייטן די חשובע דיינים מיט הדרכה און ייעוץ על כל צעד ושעל, און באזונדער וועט זיין צוגעשטעלט אין יעדן שטאט וואו עס איז פארהאן עטליכע דיינים, א מזכיר וואס וועט זיך אפגעבן מיט אלע טעכנישע אנגעלעגנהייטן אזוי צו פארגרינגערן דעם עול וואס ליגט אויף די חשובע דיינים ומורי צדק.


דערנאך האט מען געהערט די משא המעמד דורכ'ן אורח הכבוד כ"ק גאב"ד טענקא שליט"א מפארי הרבנים, וועלכע האט ארומגערעט איבער די געוואלדיגע תפקיד פון די דיינים, און די כח המשלח כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואס לייגט אריין אין די דיינים א כח ההשפעה להורות להם דרכי השם וללמד את המעשה אשר יעשון.


נאכ'ן זינגען א ניגון הכנה האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פון רבי'ן שליט"א, וועלכער האט אנגעהויבן מיט סיפורים ועובדות פון די בעלי ההילולא, און ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע סיעתא דשמיא וואס באגלייט די חשובע דיינים אויף יעדן טריט און שריט, באגלייט מיט דברי הדרכה צו זייער עבודת הקודש אין אלע הינזיכטן ברוחניות ובגשמיות. נאך די דברות קודש האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף ריקודין של שמחה, און עס איז געהערט געווארן ווארימע חרוזין דורך הרה"ח ר' יחיאל טויבענפעלד הי"ו.


מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען דער גאסט רעדנער כ"ק גאב"ד טענקא שליט"א, מיט ברכות ראשונות איז מכובד געווארן די פעטער הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פונעם רבי'ן, און ברכה אחריתא דער אבי החתן הרב דוד גראס שליט"א. צום שלוס זענען אלע דיינים און אויך די געטרייע עסקנים דורך אל מול פני הקודש וואונטשן לחיים ביים רבי'ן וועלכע האט אנגעוואונטשן יעדעם באזונדער בצהלת פנים מיט ברכות קדשו לרוב. באזונדער האט די רבי אנגעוואונטשן דער ענערגישער איש המעש, הרה"ח ר' יעקב יוסף בערגער מחשובי חסידי סקווירא, פון די "טריפל בי פראדאקשאן" פירמע וועלכע האט אנגעפירט מיטן מעמד.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page