top of page
דבר נאה ומתקיים: שמחת התנאים פון הכלה בתו הצעירה פון האד' מסטאניסלאוו מיט החתן אייניקל פון האד' מלעלוב
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ,JDN שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון די כלה יונגסטער קינד ביי כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א פון מאנסי, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק טענקא ירושלים זצ"ל, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' אהרן שלום פריעדמאן שליט"א רב חסידי לעלוב אין רמה ד' בית שמש, זון פון הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די זאלן פון 20 עישעל אין מאנסי.


הערליכע לעלובער חתונה געפראוועט אין עיר הבירה לאנדאן
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ, JDN לעלובער חסידים אין עיר הבירה לאנדאן האבן מיטגעהאלטן געהויבענע טעג בצילו פונעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א וועלכע איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט לפאר על ראש שמחתו ביי די חתונה פון אן אייניקל, די כלה תחי' א טאכטער פון זיין איידעם הרה"ג ר' פנחס נפתלי ענגלענדער שליט''א רב ביהמ"ד קדושת שמעון לעלוב אין לאנדאן, מיט די חתן אן אייניקל פון שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים שליט"א. דאנערשטאג ח


התרגשות אין קארלין סטאלין: קומענדיגער חתונה בחצר הקודש וועט צום ערשטן מאל געפראוועט ווערן אין ביהמ"ד הגדול
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בחצר הקודש קארלין סטאלין גרייט מען זיך מיט געהויבענע געפילן צום שמחה אינעם רבינס הויף ווען עס וועט צום ערשטן מאל בקורות ימי החסידות געפראוועט ווערן א חתונה אינעם ביהמ"ד הגדול והחדש קארלין סטאלין אין קרית מלך רב, גבעת זאב. די רעדע איז פון די חתונה פונעם חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' משה וויליגער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' לייבל וויליגער שליט"א ר"ם במתיבתא תורה ודעת, מיט די כלה א


בארא פארק: התרגשות'דיגע שמחת החתונה פארגעקומען אין ספינקא הויף
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש ספינקא חסידים זענען נאך אונטערן טיפן רושם פון די התרגשות'דיגע שמחת החתונה פון אן איניקיל ביים רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א החתן בנו בכורו פונעם רבינס זוהן הגה"צ רבי מאיר יצחק אייזיק ווייס אבד"ק ספינקא לעיקוואד חתן הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א מיט הכלה בת הגה"צ רבי חיים אריה שפיץ שליט"א ראש ישיבת ווילרייק אנטווערפען חתן הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען. די גרויסע שמחת החתונה איז פארגעקומען פארלאפענע


בית צדיקים יעמוד: טויזנטער חסידי סקווירא און וויזניץ מיטגעהאלטן פרייליכע שמחת נישואין אין שיכון סקווירא
זונטאג פ' וישלח • י' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, ניסן ב., JDN טויזענטער חסידים האבן זיך פאריגן דינסטאג נאכט מיטגעפריידט ביי די גרויסע רבישע חתונה בחצרות הקודש סקווירא און וויזניץ, שמחת החתונה פון די כלה בת זקונים פון הרה"צ ר' יצחק טווערסקי בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא און איידעם ביי מרן אדמו"ר מויזניץ, מיט די חתן אן אייניקל פון הגה"צ ר' אברהם משה גראס אב"ד קערעסטיר בערבעשט איידעם פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב זצ"ל, א זון פון זיין זון הרב דוד גראס ראה"כ סקווירא א


שעות פון שמחה והודאה ביי חתונה הגדולה פון נכדת האד' מתולדות אברהם יצחק נאך שווערע מיטמאכעניש אין מצב בריאותו
זונטאג פ' וישלח • י' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך מיט התרוממות הנפש וחדוות הלבבות איז אין דער שטאט ביתר אפגעראכטן געווארן די חתונה הגדולה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, די כלה תחי' א טאכטער פון בנו חביבו הגה"צ רבי ישראל קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק בארא פארק איידעם ביי הגה"צ רבי דוד שווימער דומ"ץ וויזניץ בית שמש, מיט די חתן א זון פון הרב נפתלי שטיין שליט"א, זון פון הגה"צ ר' דוד שלמה שטיין שליט"א ראה"כ ספינקא ואבד"ק פאלטישאן וו


שידוך שליסן אין הויפן פון פינסק קארלין - סטראפקוב - ראדאמישלא - לעלוב
מוצאי שב"ק פ' ויצא • ט' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איציק ו. א שיינעם שידוך איז געשלאסן געווארן פאריגע וואך העעל"ו פונעם חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, עלטסטער זון פון זיין זון הרה"צ רבי מנחם מענדל ראזענפעלד שליט"א איידעם פון הגה"צ רבי יעקב אלי' האראנטשיק האדמו"ר מלעלוב הר יונה, מיט די כלה א טאכטער פון המנוח הגה"צ רבי יחזקאל שרגא דוד האלפערין זצ"ל דומ"ץ צאנז רמות בנו הגדול פון כ"ק גאב"ד ראדאמישלא זצ"ל און איידעם פון כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א


גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה פון אור אייניקל ביי האד' מלעלוב ניקלשבורג פארגעקומען אין בני ברק
פרייטאג פ' ויצא • ח' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש אין שטאט בני ברק איז דעם אנהייב וואך געפראוועט געווארן די שמחת החתונה פונעם חתן אן אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א, א זון פון נכדו הרב מענדל טאגער שליט"א זון פון חתנא דבי נשיאה הרה"ג רבי נתן טאגער שליט"א, און איידעם ביי הרה"ג ר' ישראל דוד שטערן דומ"ץ וויזניץ מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' שלמה טווערסקי ר"מ בישיבת מאור עיניים ראחמיסטריווקא זון פון הרה"צ רבי משה חיים טווערסקי זצ"ל מראחמיסטריווקא, די שמחה איז פא


בעידן חדוותא: האד' מוויזניץ אויפגענומען קהל חסידיו מיט קוויטלעך בבית מדרשו אין מאנסי
דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN וויזניצער חסידים אין אמעריקא האבן מיטגעלעבט ימי אורה ושמחה בצילו פון רבם ומאורם מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער איז געקומען צופארן קיין ניו יארק צו באשיינען צוויי חתונות פון אייניקלעך, וואו מען האט געהאט די זכיה אז די רבי האט ביי ביידע שמחות באשיינט בראש און למעלה מכוחותיו הטהורות, מיטגעהאלטן די שמחות בנהירו עילאה. די אומבאגרייפליכע עבודה נפלאה פונעם רבי'ן אנגייענדיג מיט די עבודת הקודש מיט אזא גבור


ווידיאו • שמחת החתונה בחצרות סערדאהעלי - תולדות יהודה - בוענאס איירעס
דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש


ווידיאו • געהויבענער שמחת החתונה פון נכדת האד' מוויזניץ אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי
דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש


ערשטמאליגער געשעהניש בחצר הקודש תולדות אהרן: שמחת פדיון הבן ביי א אייניקל פון האד' מתולדות אהרן
מיטוואך פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בחצר הקודש תולדות אהרן האט מען אויפגענומען מיט עקסטאז די שמחה הגדולה, צום געבורט פון אן איר אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, ווען עס וועט אין אן ערשטמאליגער געשעהניש בחצר הקודש תולדות אהרן אפגעראכטן ווערן א שמחת פדיון הבן פון א אייניקל ביים רבי'ן, נאכדעם וואס דער רך הנולד איז נישט ממשפחת הכהנים, און באזונדער איז פארהאן א מעגליכקייט אז דער פדיון הבן זאל אפגעראכטן ווערן אין ירושלים עיה"ק במחיצת הקודש פונעם געהויבענעם זיי


שיינעם שבת של שמחה אין ק"ק ספינקא לעיקוואד לרגל באווארפן פון החתן בן הגה"צ אבד"ק ספינקא לעיקוואד שליט"א
מיטוואך פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש ספינקא חסידים גרייטן זיך מיט גרויס התרגשות צום גרויסן שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, החתן בנו הגדול פון בנו חביבו ויקירו הגה"צ רבי מאיר יצחק אייזיק ווייס אבד"ק ספינקא לעיקוואוד, חתן הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה"צ רבי חיים ארי' שפיץ שליט"א, ראש ישיבת ווילרייק, חתן הגה"צ דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן שליט"א בעל ויען דוד, וואס וועט פארקומען מארגן דאנערשטאג אין שטאט בארא פארק. עקסטער טראגט די שמחת החת


פרייליכע בר מצוה פון נכד האד' מבאיאן זון פון הרה"צ ר' מרדכי שלמה ברייאר אבד"ק באיאן ארה"ב געפראוועט אין בארא פארק
דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דעם מוצאי שבת איז פארגעקומען אין בארא פארק די בר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, א זון פון זיין זון הגה"צ ר' מרדכי שלמה ברייאר שליט"א רב חסידי באיאן אין אמעריקע, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די באיאנער קלויז אין בארא פארק. לכבוד די שמחה איז געקומען צו פארן פון ארץ ישראל הרה"צ ר' יוסף ברייאר שליט"א בנו הגדול פון כ''ק האדמו''ר מבאיאן שליט''א אלס שליח מי


גרויסן ציבור ביי שמחת הבר מצוה פון זון ביי האד' ממעזיבוז אייניקל פון האד' מראחוב
דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר א גרויסן עולם חסידים ומעריצים האבן זיך די וואך זונטאג מיטגעפריידט ביי די שמחת הבר מצוה לבן כ"ק אדמו"ר ממעזיבוז שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מראחוב שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ רבי מתתיהו סאפרין זצ"ל זון פון כ"ק אדמו"ר מקאמרנא שליט"א, די שמחה איז אפגעראכטן געווארן אין א פראכטפולע זאל אין פתח תקווה, וואו עס האבן באשיינט בראש המסובים מערערע אדמור"ים, רבנים ואנשים חשובים פון אומעטום.


וְגִילוּ צַדִּיקִים: געהויבענע חתונה בחצר הקודש פינסק קארלין אין ירושלים
דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN ברגשי שמחה והתעלות האבן פינסק קארלינער חסידים מיטגעהאלטן די הערליכע חתונה אינעם הויף, פון די חתן א אייניקל ביי מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ רבי נחמיה ראזנפעלד שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ח ר' משה מרדכי נייהויז הי"ו, די קבלת פנים און חופה איז פארגעקומען אין זאל פון אור החיים, און די שמחת החתונה איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר אינעם היכל השולחנות ש


שמחת התנאים לרגל קישור החיתון בחצרות סקאליע - פשעווארסק וומסב"ג - בריגל
מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש שמחת התנאים לכבוד די שמחת קישור החיתון פון הכלה תחי' בת קדושים, עלטסטע קינד פון הגה"צ אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג שליט"א איידעם פון כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' יהושע העשיל טייטלבוים שליט"א מבריגל איידעם ביי הגה"צ ר' מאיר יצחק שמילאוויטש שליט"א אב"ד רחובות הנהר, די שמחה איז פארגעקומען אין די בית אסתר זאל אין בארא פארק, בהשתתפות א גרויסן ציבור חסידים ואוהדים אין שפיץ פון פילע אדמור"ים ורבנים פון שטאט או


שמחה'דיגע מעת לעת ביים ברית מילה פון נכד האד' מראחמיסטריווקא אריינגעצויגן אין שב"ק
מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר, שלומי טריכטער,JDN מיט שמחה'דיגע געפילן און התרוממות הנפש האבן הונדערטער ראחמיסטריווקא חסידים מיטגעהאלטן די גרויסער שמחה במעון קדשו פון מורם ורבם כ''ק האדמו''ר מראחמיסטריווקא שליט''א ביים שמחת הברית מילה פון א אייניקל, בן הנולד ביי זיין עלטסטן איידעם הרה"צ רבי שמואל אבא טווערסקי שליט"א, וואס איז געפראוועט געווארן דעם ערב שבת אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין ירושלים, ברוב עם הדרת מלך, די שמחה איז געווען אי


הערליכער שמחת בר מצוה פון נכד האד' מוויזניץ זון פון בנו הגדול אבד"ק קרית וויזניץ בני ברק פארגעקומען אין בארא פארק
זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN פארלאפענעם מיטוואך תולדות איז פארגעקומען אין בארא פארק די שמחת הבר מצוה פון הילד יניק וחכים משה יהושע האגער נ"י זון פון הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אבד"ק קרית וויזניץ בנו הגדול פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, און איידעם פון הגה"צ אב"ד נירבאטור שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די ספינקא זאל אין בארא פארק, וואו עס איז געווען א געלעגנהייט פאר'ן ציבור אין אמעריקא מיטצוהאלטן די שמחה הרוממה נאכן שמחת הבר


וראה בנים לבניך: מעמד הנחת תפלין פון אייניקל ביי האד' מראחוב זוהן פון בנו האד' ממעזיבוזש
זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר לרגל שמחת הבר מצווה פון הב' משה ני"ו זון פון כ"ק אדמו"ר ממעזיבוזש שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מראחוב שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ רבי מתתיהו סאפרין זצ"ל זון פון כ"ק אדמו"ר מקאמרנא שליט"א, איז היינט אינדערפרי פארגעקומען די מעמד הנחת תפילין בבית מדרשו פונעם זיידן כ"ק אדומ"ר מראחוב שליט"א אין די רמת גן געגענט נעבן בני ברק, וואו דער רבי שליט"א האט מכבד געווען זיין פאטער מיטן הנחת תפילין. נאכן ווארימע דאווענען איז


bottom of page
