ערשטמאליגער געשעהניש בחצר הקודש תולדות אהרן: שמחת פדיון הבן ביי א אייניקל פון האד' מתולדות אהרן
- בחצרות הקודש
- לפני 18 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בחצר הקודש תולדות אהרן האט מען אויפגענומען מיט עקסטאז די שמחה הגדולה, צום געבורט פון אן איר אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, ווען עס וועט אין אן ערשטמאליגער געשעהניש בחצר הקודש תולדות אהרן אפגעראכטן ווערן א שמחת פדיון הבן פון א אייניקל ביים רבי'ן, נאכדעם וואס דער רך הנולד איז נישט ממשפחת הכהנים, און באזונדער איז פארהאן א מעגליכקייט אז דער פדיון הבן זאל אפגעראכטן ווערן אין ירושלים עיה"ק במחיצת הקודש פונעם געהויבענעם זיידן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וועלכע וועט צו דעם געלעגנהייט קענען דינען אלס 'כהן הפודה' צום ערשטן מאל ביי אן אייגענע אייניקל.
היות דעם רבינ'ס אלע קינדער זענען כהנים, איז קיינמאל נישט אויסגעקומען א פדיון הבן אין די משפחת המלוכה, אצינד אבער וועט דאס צושטאנד קומען, ביים ניי געבוירן קינד ביים רבינס אייניקל הרב אברהם יצחק גינזבורג שליט"א, וואס ער איז א זוהן פון חתנא דבי נשיאה הגה"צ ר' אליהו גינזבערג שליט"א, א זוהן פון כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א פון בארא פארק.
דער אבי הבן איז אן איידעם ביי הרה"צ ר' משה טייטלבוים שליט"א רב ביהמ"ד בית שמואל בנימין דקהל יטב לב אין קרית יואל, א זוהן פון הגה"צ ר' ארי' לייבוש טייטלבוים זצ"ל וועלכע האט געדינט אלס דומ"ץ קרית ויואל משה אין מאנטיסעלא, און א איידעם ביי הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א.
ווי ערווענט, איז פארהאן א מעגליכקייט אז די עלטערן וועלן ארויספארן מיט'ן ניי-געבוירן קינד קיין ארץ ישראל און אפרעכטן דעם שמחת פדיון הבן במחיצת קדשו פונעם געהויבענעם זיידן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אין ירושלים עיה"ק.



