top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה'דיגע מעת לעת ביים ברית מילה פון נכד האד' מראחמיסטריווקא אריינגעצויגן אין שב"ק

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 24 בנוב׳
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שוקי לרר, שלומי טריכטער,JDN

מיט שמחה'דיגע געפילן און התרוממות הנפש האבן הונדערטער ראחמיסטריווקא חסידים מיטגעהאלטן די גרויסער שמחה במעון קדשו פון מורם ורבם כ''ק האדמו''ר מראחמיסטריווקא שליט''א ביים שמחת הברית מילה פון א אייניקל, בן הנולד ביי זיין עלטסטן איידעם הרה"צ רבי שמואל אבא טווערסקי שליט"א, וואס איז געפראוועט געווארן דעם ערב שבת אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין ירושלים, ברוב עם הדרת מלך, די שמחה איז געווען איין לאנגע קייט וואס האט זיך אריינגעצויגן אין שב"ק אויף א געהויבענעם שטייגער.


ליל שישי איז פארגעקומען די מעמד הקריאת שמע ליינען אין ביהמ"ד הגדול וואו די רבי שליט''א האט געליינט קריאת שמע און געזאגט די פסוקים מיט די ילדי החסידות, ווען די הונדערטער חסידים האלטן מיט די מעמד אויף די הויכשטאקיגע פארענטשעס, דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד די שמחה און די רבי שליט"א האט פארטיילט מטבעות לברכה פאר די ילדי חמד כנהוג, און זיין איידעם דער אבי הבן האט פארטיילט מיני מתיקה פאר די קינדער. נאכן מעמד זענען אלע חסידים דורך דעם רבי'ן און ערהאלטן די מטבעות כנהוג.


שפעטער אום 1:00 איז די רבי אריינגעקומען צום וואך נאכט סעודה בהשתתפות א גרויסן ציבור חסידים און בחורי חמד. די רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודה, און געטרינקען לחיים, מען האט געזינגען ווארימע ניגונים, און די רבי שליט"א האט געזאגט תורה.


פרייטאג ערב שבת ראש חודש איז פארגעקומען די שמחת הברית אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא, מיט סנדקאות איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, די זיידע די רבי שליט"א האט געמאכט חיתוך און מיט התרגשות געזאגט די ברכה פון על המילה בקול חוצב. דערנאך האט די זיידע די רבי געזאגט די ברכות וקריאת השם, ויקרא שמו בישראל, מנחם נחום נאך הרה"ק רבי מנחם נחום מראחמיסטריווקא, און די הייליגער מאור עיניים פון טשערנאביל זכותם יגן עלינו. מיט עמידה לברכות איז מכובד געווארן די פעטער הגה"צ רבי מתתי' טווערסקי אבד"ק ראחמיסטריווקא ביתר,  און מיט די איבעריגע כיבודים האט מען מכבד געווען די נכבדי העדה און קרובי המשפחה.


נאכן ברית האט די רבי שליט"א אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד די שמחה ביי וועלכן  מען האט געזינגען ניגוני שמחה און די רבי האט ארומגעשמועסט מיטן סנדק כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, 


נאך א קורצע הפסקה איז די רבי אריינגעקומען צו הלל קריאת התורה און מוסף, מען האט פארענדיגט ארום פיר אזייגער ביים זמן פון ליכט צינדן, און נאך עטליכע מינוט, א קורצע צייט פארן שקיעה איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צום סעודת הברית אינאיינעם מיטן סעודת ראש חודש. די רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און טועם געווען פון די מאכלים, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני שמחה והודאה ביז ארום 5:15 ווען מען האט מפסיק געווען צו תפילת מנחה.


נאך מנחה האט מען ממשיך געווען די סעודה, ווי מען האט ווייטער געזינגען פרייליכע ניגונים, און די רבי האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס און געזאגט די הרחמן'ס.


נאכן בענטשן האט די רבי ממשיך געווען דעם טיש לכבוד שבת, ווי מען האט געזינגען די סדר הזמירות און די רבי האט געזאגט תורה, ארום ניין אזייגער האט מען פארענדיגט דעם טיש, צוליב א שוואכקייט ביים רבי'ן האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב שפעטער הערשט בעפארן עלות השחר.


נעכטן זונטאג נאכמיטאג האט מען ממשיך געווען די שמחה ביים סעודת השלישי למילה וואס די רבי האט אפגעראכטן ברוב עם הדרת מלך אין ביהמ"ד הגדול.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page