בעידן חדוותא: האד' מוויזניץ אויפגענומען קהל חסידיו מיט קוויטלעך בבית מדרשו אין מאנסי
- Bechatzros admin
- לפני 34 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN
וויזניצער חסידים אין אמעריקא האבן מיטגעלעבט ימי אורה ושמחה בצילו פון רבם ומאורם מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער איז געקומען צופארן קיין ניו יארק צו באשיינען צוויי חתונות פון אייניקלעך, וואו מען האט געהאט די זכיה אז די רבי האט ביי ביידע שמחות באשיינט בראש און למעלה מכוחותיו הטהורות, מיטגעהאלטן די שמחות בנהירו עילאה.
די אומבאגרייפליכע עבודה נפלאה פונעם רבי'ן אנגייענדיג מיט די עבודת הקודש מיט אזא גבורה דקדושה טראץ די שמערצליכע שוואכקייט, איז שוין געקומען צום אויבערפלאך א טאג בעפאר די חתונה, ווען טראץ די חתונה א נאכט פריער פונעם רבינס אייניקל אין שיכון סקווירא וואס איז פארענדיגט געווארן שוין כמעט פארטאגס, איז דער רבי ערשינען אין ביהמ"ד וויזניץ מאנסי און אויפגענומען די הונדערטער חסידים מיט קוויטלעך לרגל די עידנא דחדוותא במעונו. צווישן אנדערע איז אריבערגעקומען אויף א באזוך צום רבי'ן, שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א, וועלכער האט פארפירט א שיינעם שמועס מיטן רבי'ן.




























