הערליכער שמחת בר מצוה פון נכד האד' מוויזניץ זון פון בנו הגדול אבד"ק קרית וויזניץ בני ברק פארגעקומען אין בארא פארק
- בחצרות הקודש
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN
פארלאפענעם מיטוואך תולדות איז פארגעקומען אין בארא פארק די שמחת הבר מצוה פון הילד יניק וחכים משה יהושע האגער נ"י זון פון הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אבד"ק קרית וויזניץ בנו הגדול פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, און איידעם פון הגה"צ אב"ד נירבאטור שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די ספינקא זאל אין בארא פארק, וואו עס איז געווען א געלעגנהייט פאר'ן ציבור אין אמעריקא מיטצוהאלטן די שמחה הרוממה נאכן שמחת הבר מצוה וואס איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר אין קרית וויזניץ בני ברק אין שפיץ פונעם זיידן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפו"ש.




















