top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינעם שבת של שמחה אין ק"ק ספינקא לעיקוואד לרגל באווארפן פון החתן בן הגה"צ אבד"ק ספינקא לעיקוואד שליט"א

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 26 בנוב׳
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

ספינקא חסידים גרייטן זיך מיט גרויס התרגשות צום גרויסן שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, החתן בנו הגדול פון בנו חביבו ויקירו הגה"צ רבי מאיר יצחק אייזיק ווייס אבד"ק ספינקא לעיקוואוד, חתן הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה"צ רבי חיים ארי' שפיץ שליט"א, ראש ישיבת ווילרייק, חתן הגה"צ דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן שליט"א בעל ויען דוד, וואס וועט פארקומען מארגן דאנערשטאג אין שטאט בארא פארק.


עקסטער טראגט די שמחת החתונה א גרויסע באדייט ביי ספינקא חסידים, נאכדעם וואס די לעצטע תקופה זינט דער רבי שליט"א איז אריבער א שווערע מעדיצינישע דורכגאנג טוט דער רבי שליט"א זעלטן ערשיינען צו מעמדים מחמת חולשת גופו הטהור, דעריבער איז די שמחה גרויס צווישן ספינקא חסידים ווען מען גייט נאך א לענגערע תקופה זוכה זיין לראות באור פני מלך, ווען דער רבי שליט"א וועט ערשיינען במלא הדרתו און מפאר זיין בראש שמחתו הגדולה במעמד עדת צאן מרעיתו וועלכע קוקן שוין לאנג ארויס אויף דער מינוט.


די שמחה האט זיך אנגעהויבן פאריגן שב"ק פרשת תולדות ביים שמחת האויפרוף וואס איז פארגעקומען בקרב ק"ק ספינקא לעיקוואוד, בהשתתפות די געהויבענע געסט הגה"צ רבי יהושע שלום ווייס אבד"ק ספינקא בנו הגדול פון רבי'ן שליט"א וגיסיו הרבנים הגאונים איידימער פון רבי'ן שליט"א, וועלכע זענען ספעציעל געקומען צו פארן בשליחות הקדוש צו באשיינען דעם שבת של שמחה.


די תפילות דורכאויס שב"ק זענען פארגעקומען אין היכל הגדול פון ישיבת אור תורה, וועלכע איז ארויסגעדונגען געווארן אויף שב"ק נאכדעם וואס די ספינקא ביהמ"ד אין שטאט, וועלכע איז די לעצטע יארן אויסגעשטיגן אלס תל תלפיות פאר הונדערטער חסידים ואנשי מעשה אין לעיקוואוד, קען שוין נישט דערהייבן דעם ציבור הגדול קע"ה.


דער קלימאקס פונעם שבת איז געווען ביים דערהויבענער באטע פרייטאג צונאכטס, וועלכע איז אנגעפירט געווארן בשבת אחים גם יחד דורך האחים הגה"צ אבד"ק ספינקא שליט"א און דער בעל שמחה הגה"צ אבד"ק ספינקא לעיקוואוד שליט"א, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון איבער דער שטאט לעיקוואוד.


מוצש"ק פונעם שבת של שמחה איז אפגעראכטן געווארן דער מעמד הפארשפיל, גלייך נאכן ווארימען רעוא דרעווין וואס איז אריינגעצויגן געווארן היבש נאכן זמן מוצש"ק, אין באגלייטונג פון לעבעדיגע טענץ דורך חסידי ספינקא אין לעיקוואוד, וועלכע האבן זיך געפרייט ביים גרויסן שמחה פון זייער באליבטן רב הגה"צ אבד"ק ספינקא לעיקוואוד שליט"א, וואס איז ווי א טאטן פאר זיין קהילה נאה וחסידה.



ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page