top of page
ברוך הבא: האד' מנדבורנא אנגעקומען אויף לענגערע באזוך אין ניו יארק
מיטוואך פ' וארא • כ"ה טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN פארלאפאנעם וואך איז כ''ק האדמו''ר מנדבורנה שליט''א אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק, אויף א לענגערע באזוך לכבוד עטליכע שמחות ביי די חסידים, צווישן זיי די חתונה בבית מקורבו הנגיד החסיד ר' אברהם פישמאן הי"ו, מגדולי תומכי מוסדות נדבורנה בארץ הקודש און בעל אכסניא קבוע פון אדמו"רי בית נדבורנה, וואס איז פארגעקומען אין בארא פארק. שבת פ' שמות העעל"ט האט דער רבי שליט"א געוויילט אין דזשעקסאן ניו דזשערזי, בבית האכס


חסידי גור באוויינען פטירה פון זקן החסידים הרה"ח ר' מענדל בינקה ז"ל לאנגיעריגער גבאי נאמן בחצר הקודש גור
מיטוואך פ' וארא • כ"ה טבת | בחצרות הקודש מיט גרויס צער האבן חסידי גור איבער דער גארער וועלט אויפגענומען די ביטערע בשורה איבער די פטירה פונעם לעגענדארן גבאי און משמש בקודש בחצר הקודש גור, הרה"ח ר' מנחם מענדל בינקה ז"ל, וואס איז יעצט ביינאכט נפטר געווארן אין ירושלים, אין הויכן עלטער פון 94 יאר. ר' מענדל ע"ה איז געווען א זעלטענער סימבאל פון התקשרות און שימוש בקודש, א "עבד נאמן" וועלכער האט געדינט דעם רבי'ן בקודש פנימה מיט אן אומבאשרייבליכער געטריישאפט, אין די זעלבע צייט האט ער ג


רוסישער הויפט-רב הגאון רבי בערל לאזאר שליט"א בקודש פנימה ביי האד' מגור
מיטוואך פ' וארא • כ"ה טבת | בחצרות הקודש בכבוד והערצה האט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א נעכטן אויפגענומען אויף א באזוך דעם הויפט רב פון רוסלאנד הגאון ר' בערל לאזאר שליט"א, וואו ס'האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פון נאנט צו צוואנציג מינוט. דער באזוך איז אפגעהאלטן געווארן אינעם יומא דהילולא רבא כ"ד טבת פונעם אדמו"ר הזקן דער הייליגער בעל התניא זי"ע, און דער שמועס האט זיך פארצויגן איבער דעם בעל ההילולא ומשנתו הטהורה. דערביי האט הרב לאזאר דערלאנגט פאר'ן רבי'ן די נייע אויפלאגע "התניא השל


יומא דהילולא פון כ"ק אדמו"ר בעל אריה שאג מצאנז זמיגראד זצ"ל ביי בנו האד' מצאנז זמיגראד | בילדער גאלעריע
מיטוואך פ' וארא • כ"ה טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


האד' משומרי אמונים אויף קורצע נסיעה למקומות הקדושים אין פוילין לרגל הילולת הרה"ק בעל בני יששכר מדינוב זי"ע
דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוחנן לוסטיג פילצאליגע חסידים און תומכים האבן מיטגעהאלטן די געהויבענע נסיעה "מעלין בקודש", צוזאמען מיט כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א, וועלכער האט אונטערגענומען די נסיעה צו די מקומות הקדושים אין פוילן, מיטן הויפט ציל פוקד צו זיין די קברי צדיקים אין דינוב און אין בלאזשוב, צו וועמען אבותיו הקדושים לבית שומרי אמונים זענען געווען אזוי שטארק אדוק ומקושר. מוצאי שבת איידער'ן זיך ארויסלאזן אין וועג איז דער רבי אנגעקומען אויף א


האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"
דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש דעם פארגאנגענע וואך בעת רעוא דרעוין האט כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א גאר שטארק ארויסגעטראטן אקעגן די היינטיגע נייע מאדערנע בעקיטשעס וועלכע האבן אין זיך א חשש פון "לא תלבש". דער רבי שליט"א האט גאר שטארק מרחיב געווען, אז מיר שטייען יעצט אין די וואכן ווען מען לערנט אין די פרשיות פון גלות מצרים, און איינס פון די זכותים אז מען איז אויסגעלייזט געווארן פון מצרים איז געווען "שלא שינו את לבושם", און דאס איז א שטענדיגע לימוד לדורות, ווען אמאליגע צ


האד' מבעלזא אפגעראכטן מסיבת שבע ברכות פארן הויז בחור החתן דוד גוטמאן הי"ו
דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אמ"ש, JDN פארלאפענעם וואך איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א א ספעציעלער שמחת שבע ברכות וואס דער רב שליט"א האט אפגעראכטן לכבודו פונעם הויז בחור החתן דוד גוטמאן הי"ו לרגל שמחת נישואיו למזל טוב, דער חתן, א זון פון הרה"ח ר' העניך גוטמאן הי"ו פון לאנדאן וואס ציילט זיך צווישן די מקורבים אינעם רבינס שטוב, האט געהאט די זכיה משמש צו זיין לפני ולפנים די לעצטע דריי יאר בקודש פנימה און צוגעשטאנען לימין קדש


געהויבענע שמחת שבע ברכות צוגעשטעלט דורך קהל אלעסק לכבוד שמחת בית אלעסק - סאטמאר
דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הילל ל''ש א הערליכע מסיבת שבע ברכות איז אפגעהאלטן געווארן דעם מוצאי שבת דורך קהל אלעסק אין בארא פארק לכבוד די שמחה במעונו פון כ"ק אדמו"ר מאלעסק שליט"א צוגעשטעלט דורך די חסידים ומתפללי הביהמ"ד לרגל די חתונה פון בנו החתן למזל טוב, עב"ג די כלה אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. א רייכע סעודת מלוה מלכה איז סערווירט געווען, און נאכן זינגען די זמירות למוצש״ק און אנדערע פרקי שירה וזמרה, האט מען מיתהאלטן דעם שיינעם סדר הי


תקומה היתה לה: האד' מסאדיגורא פראוועט געהויבענע שבת יארצייט אינעם אלטן סאדיגורא הויף אין תל אביב
מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מיט געהויבענע הרגשים פון התעלות און כיסופין האבן חסידי סאדיגורא און פילע איינוואוינער פונעם שטאט תל אביב, ידידים ואוהדים פונעם סאדיגורא הויף, געהאט די הנאה של קדושה מיטצולעבן א רוחניות'דיגע שבת בצלא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, וועלכער האט געפראוועט א געהויבענעם שבת במקום שהתפללו בו אבותיו אינעם סאדיגורא ביהמ"ד אויף רח' פינקס אין תל אביב, א שבת וואס האט אויפגעוויקלט לעכטיגע זכרונות פון אמאל ביי די ז


הוראה פון הגאון רבי עזריאל אויערבאך שליט"א צו שרייבן ׳הקדוש׳ און ׳הי"ד׳ אויף מציבה פון הבחור יוסף אייזנטאל ע"ה
מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש נעכטן זונטאג אינדערפרי איז הגאון האדיר רבי עזריאל אויערבאך שליט"א ממנהיגי בני תורה, אנגעקומען אויף ניחום אבלים בבית משפחת אייזנטאל אין שכונת רמות ירושלים עיה"ק, וועלכע זיצן שבעה ל"ע נאך די שוידערליכע פטירה פון הבחור כמר חיים יוסף אייזנטאל ע"ה, וואס איז טראגיש איבערגעטרעטן געווארן דורך א אראבישע באס דרייווער נאך די עצרת מחאה וזעקה אקעגן דעם גזירת הגיוס פארגאנגענעם דינסטאג שמות אין ירושלים עיה"ק. דער גאון האט במשך א לענגערע צייט אריינגעבל


אמא של מלכות: האד' מבעלזא מתפלל געווען על קברה פון אמו הרבנית מבילגורייא ע"ה לכבוד די יארצייט
מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, אמ"ש,JDN פארלאפענעם מיטוואך י"ח טבת איז אויסגעפאלן די ניינטע יארצייט פון הרבנית הצדקנית מבילגורייא ע"ה אלמנת הגה"ק רבי מרדכי מבילגורייא זצ"ל און אמא של מלכות פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. דינסטאג נאכט בליל ההילולא איז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א ערשינען אין בית תפילה בביתו נאוה קודש און געדאוונט מעריב פארן עמוד לרגל די יארצייט. נאך מעריב האט דער רב שליט"א אפגעראכטן א לקח און ברוינפן און ארומגערעדט איבער די


שבע ברכות מפוארה אפגעראכטן אין נייע מתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר אין מאנסי בראשות אדמור"י ורבני העיר
מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט ממחרת יום החתונה בחצר הקודש סאטמאר האט זיך אנגעהויבן די פרייליכע קייט פון שבעת ימי המשתה ביי א שבע ברכות מפוארה וואס איז געפראוועט געווארן בצוותא חדא אינאיינעם מיט די תלמידים פון די נייע מתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר אין מאנסי בהשתתפות רבנן ותלמידיהון ובראשם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ריש המתיבתא און מיטן השתתפות כבוד פון א הערליכע גאלעריע אדמור"י ורבני העיר מאנסי און פילע קרואי מועד ואנשי ש


אסיפה נחוצה במעונו פון האד' מצאנז איבער ווייטערדיגע שריט צו באהאנדלען דעם חוק הגיוס
מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש בילד קרעדיט: א.פ. נעכטן אויפדערנאכט איז אפגעהאלטן געווארן אן אסיפה נחוצה בביתו נאווה קודש פון כ''ק האדמו''ר מצאנז שליט''א אין קרית צאנז - נתני' אין נאכפאלג פונעם אסיפת מועצת גדולי התורה וועלכער איז זיך צוזאמגעקומען פאריגע וואך דן צו זיין איבערן ביטערן מצב מיטן גזירת הגיוס. ביים אסיפה נעכטן נאכט במעונו פונעם צאנזער רבי'ן, זענען געווען אנוועזנד כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, הגאון רבי צבי רבינוביץ שליט"א ראש ישיבת באיאן און דער מזכיר המועצת ה


ערשטמאליגן שבת בצל האד' מראחמיסטריווקא אין בני ברק פאראיבער מיט אומבאשרייבליכע התרוממות
זונטאג פ' וארא • כ"ב טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר די הערצער פון הונדערטער חסידי ראחמיסטריווקא תושבי בני ברק זענען אנגעזעטיגט פון דעם שבת מלא אורה, וואס זיי האבן זוכה געווען מיטצולעבן מיט מלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אין א געהויבענע אטמאספערע, זייענדיג דאס ערשטע מאל בקורות דברי הימים וואס דער רבי האט געפראוועט א שבת בתוככי הקהילה אין בני ברק, נאכדעם וואס דער רבי פארט זעלטן ארויס אויף שבת פון עיר הקודש ירושלים. בפניא דמעלי שבתא, נאך לאנגע וואכן פון


קידשה לעתיד: גייסטרייכע שבת אפגעראכטן דורך גאב"ד מאקאווא בביתו נאוה קודש פון הרה"ק מבעלזא זי"ע אין תל אביב
זונטאג פ' וארא • כ"ב טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מיט אן אויסטערלישע רגש קודש האבן צענדליגער חסידים ואנשי מעשה מיטגעלעבט די געהויבענע שבת קודש פרשת שמות, די ערשטע שבת פון די הייליגע שובבי"ם וואכן, בצל קדשו פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א וועלכער האט כמדי שנה בשנה בימי השובבי"ם געפראוועט א שבת אינעם נאסטאלגישן דירה ביתו נאוה קודש פון מרן הרה"ק מבעלזא זי"ע אויף רחוב אחד העם אין תל אביב, אין די הייליגע אויסגעווייקטע ד' אמות וואו דער צדיק עתק האט אפגעראכטן זיין הימלישע


פראכטפולער מעמד סיום מסכת שבת אין ראם פון מפעל "לבאי באורייתא" דחסידי סקאליע
זונטאג פ' וארא • כ"ב טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN א הערליכער מעמד איז פארגעקומען בחצר הקודש סקאליע, מיטן נאמען "שני אלפים תורה", ביי וועלכן עס איז געפייערט געווארן דער סיום מסכת שבת והתחלת מסכת עירובין במסגרת הלימוד לבאי באורייתא דחסידי סקאליע מיסודו פון כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, די מעמד איז פארגעקומען אין די סטערלינג בענקוויט זאל אין בנין פון ת"ת בעלזא, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, וואו א רייכע פראגראם איז געווען צוגעגרייט לכבוד התורה ולומדי'.


במוצאי יום גילה: שמחת הבר מצוה פון אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א
מוצאי שבת קודש פ' שמות • כ"א טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר היינט מוצאי שבת איז געפראוועט געווארן בחצר הקודש דאראג די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' מרדכי קליין שליט"א מוואשארהעלי, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול דאראג אין בני ברק, אינאיינעם מיטן מלוה מלכה בתופים ומחולות בראשות פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א.


פרייד צווישן חסידי מאחנובקא בעלזא אין ירושלים צום התמנות פון רבינס זון הרה"צ רבי אהרן רוקח שליט"א אלס רב הקהלה
מוצאי שבת קודש פ' שמות • כ"א טבת | בחצרות הקודש חסידי מאחנובקא בעלזא תושבי עיר הקודש ירושלים וואונטשן זיך די יעצטיגע טעג מזל טוב לרגל דאס התמנות פון הגה"צ רבי אהרן רוקח שליט"א בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וועלכע איז בהורמנא דמלכא אויפגענומען געווארן לשרת בקודש אלס דער רב פון קהלה קדושה מאחנובקא בעלזא אין ירושלים עיה"ק. דאס קומט אין צייט וואס די קהלה אין ירושלים, וועלכע שטייט שוין העכער דרייסיג יאר נאכאנאנד, האט זיך די לעצטע תקופה פרעכטיג צעבליעט, ציילנדיג ק


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה גיסט זיך אויס דאס הארץ ביים ציון הק' פונעם זיידן הרה"ק מקרעטשניף זצוק"ל די וואך אויפן הר הזיתים. בבית אלוקים נהלך ברגש: הרה"צ רבי מאיר נתן לייזער שליט"א בן האדמו"ר מפשעווארסק ביים ארויסהעלפן אן עלטערער מלמד פון די בעלזער תלמוד תורה אין אנטווערפען אנקומען צום חדר אין א זעלטענע הויכע שניי וואס האט באפאלן די שטאט אנטווערפן. נעכטן הארט איידער האדמו"ר מסאטמאר איז ארויס צום קבלת פנים פון די שמחה הגדולה, די חתונה פ


ק"ק סאטמאר בית שמש לעבט מיט לעכטיגע "ימי ביקור" בראשות הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א
דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN הונדערטער תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי ארה"ק בכלל, און תושבי בית שמש בפרט, האבן מיטגעלעבט היסטארישע ימי אורה ושמחה, בצילו פון כבוד הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א וועלכע איז ספעציעל געקומען אפרעכטן לעכטיגע "ימי ביקור" און דעם געהויבענעם "שבת ויחי" צווישן עדת חסידי סאטמאר תושבי בית שמש. פארלאפענעם דאנערשטאג ויחי האט דער רב שליט"א מופיע געווען בשערי בית שמש, צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים אליעזר וויזעל הי"ו, מח


bottom of page
