פרייד צווישן חסידי מאחנובקא בעלזא אין ירושלים צום התמנות פון רבינס זון הרה"צ רבי אהרן רוקח שליט"א אלס רב הקהלה
- Bechatzros admin
- לפני 6 שעות
- זמן קריאה 3 דקות
מוצאי שבת קודש פ' שמות • כ"א טבת | בחצרות הקודש

חסידי מאחנובקא בעלזא תושבי עיר הקודש ירושלים וואונטשן זיך די יעצטיגע טעג מזל טוב לרגל דאס התמנות פון הגה"צ רבי אהרן רוקח שליט"א בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וועלכע איז בהורמנא דמלכא אויפגענומען געווארן לשרת בקודש אלס דער רב פון קהלה קדושה מאחנובקא בעלזא אין ירושלים עיה"ק.
דאס קומט אין צייט וואס די קהלה אין ירושלים, וועלכע שטייט שוין העכער דרייסיג יאר נאכאנאנד, האט זיך די לעצטע תקופה פרעכטיג צעבליעט, ציילנדיג קרוב צו צוויי הונדערט משפחות מסלתה ומשמנה, מיט א תלמוד תורה, ישיבה קטנה, כולל אברכים און אלע צרכי הקהילה.
די בשורה מרנינה איבער די התמנות איז געמאלדן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א ביים מעמד "להחיותינו" וואס איז אפגעהאלטן געווארן פאלאפענעם ליל שישי פאר עדת חסידי מאחנובקא בעלזא אין ירושלים, מיטן ציל להקים בית גדול וקודש, אוועקצושטעלן א מקום קבע פאר'ן קהלה נאך א לענגערע תקופה וואס מען האט געדארפט אויפגעבן דעם קביעות'דיגער בנין הקהילה, און מען האט געוואנדערט גולה אחר גולה אין פארשידענע צייטווייליגע לאקאלן ארויסקוקנדיג בכליון עינים צו קומען אל המנוחה ואל הנחלה אין א קביעות'דיגע מקום בהרחבת הדעת.
די מעמד איז פארגעקומען אין די זאלן פון "סוכת דוד" אין ירושלים, במעמד די הונדערטער חסידים חברי הקהלה ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וועלכע האט פערזענליך מפאר געווען בראש המעמד.
במשך דעם אוונט האט מען געמאלדן איבער א התחדשות פון די קהלה פונדאסניי, מיטן האפענונג צו קענען ארויסנעמען א לאנג יעריגע ליעס פאר א ביהמ"ד גדול ומפואר וואס זאל דינען אלס קביעות'דיגער פנת יקרת פאר די בני הקהלה, און דערביי אנגעווארעמט די הערצער פונעם ציבור זיך אנצושליסן ברוח נדיבה בכדי צו קענען צושטאנד ברענגען דעם פארשריט בס"ד. ביים מעמד זעלבסט איז טאקע אונטערגענומען געווארן די פאנטאסטישע סומע פון איבער פיר מיליאן שקל פאר די ווייטערדיע עתיד הקהלה.
אינעם הויכפונקט פונעם מעמד האט דער רבי שליט"א אויפגעטרעטן מיט הארציגע דברות קודש ארויסברעגענדיג בשבח הקהלה, און דערביי מבשר געווען די בשורה טובה ומשמחת איבער די התמנות פון בנו חביבו הגה"צ רבי אהרן רוקח שליט"א אלס רב ומורה דרך לעמוד בראש העדה פון די קהלה קדושה אין ירושלים.
דער רבי שליט"א האט גאר שטארק ארומגערעדט בשבחו פונעם זון דער רב שליט"א, און ווארעם אנגעוואנטשן אז ער זאל מצליח זיין מיט די הייליגע תפקיד, און קענען אויפטון גדולות ונצורות פאר די קהלה לשם ולתפארת אויף לאנגע געזונטע יארן.
דער נייער רב הגה"צ רבי אהרן רוקח שליט"א איז דער דריטער זון פונעם רבי'ן שליט"א, אן איידעם ביי הגה"צ גאב"ד ראצפערט בראזיל שליט"א, רבים וגם שלימים קלאמערן זיך לאורו און זענען נהנה פון אים עצה ותושי' מיט א געוואלדיגע חביבות און הערצה, זייענדיג א ריכטיגער פרי עץ חיים, מיט זיין דורכגעווייקטע חסידישע געשטעל, מלא וגדוש בתורה וחסידות. באזונדער איז ער באקאנט איינס פון די גרעסטע מוהלים מומחיים איבער ארץ ישראל, און האט שוין אריינגעברענגט טויזענטער אידישע קינדער תחת כנפי השכינה.
אין די לעצטערע יארן האט ער געדינט אלס רב ק"ק מאחנובקא בעלזא אין שטאט אלעד, און אין די לעצטע תקופה האט מר אביו הגדול דער רבי שליט"א געזען פאר א תועלת אים ממנה צו זיין אלס דער רב הקהלה אין ירושלים עיה"ק. שוין לענגערע חדשים וואס הרה"צ רבי אהרן שליט"א איז בעובי הקורה לביסוס הקהלה אין ירושלים, און האט אנגעקניפט א קשר אמיץ מיט די בני הקהלה, און דעם פארגאנגענעם ליל שישי האט דער רבי שליט"א - במעמד קהל ועדה - אים עמטליך ממנה געווען צו דינען אלס דער רב קהלה אין ירושלים עיה"ק. דער רבי האט ממליץ געווען דעם פסוק "הנה פרח מטה אהרן" און דערביי אויסגעפירט מיט ברכת קדשו פאר'ן נייעם רב שליט"א און פאר'ן גאנצן ציבור, ובפרט פאר די נגידים בעם תומכים ומחזיקים פון די קהלה און מוסדות.



