חסידי גור באוויינען פטירה פון זקן החסידים הרה"ח ר' מענדל בינקה ז"ל לאנגיעריגער גבאי נאמן בחצר הקודש גור
- 14 בינו׳
- זמן קריאה 3 דקות
מיטוואך פ' וארא • כ"ה טבת | בחצרות הקודש

מיט גרויס צער האבן חסידי גור איבער דער גארער וועלט אויפגענומען די ביטערע בשורה איבער די פטירה פונעם לעגענדארן גבאי און משמש בקודש בחצר הקודש גור, הרה"ח ר' מנחם מענדל בינקה ז"ל, וואס איז יעצט ביינאכט נפטר געווארן אין ירושלים, אין הויכן עלטער פון 94 יאר.
ר' מענדל ע"ה איז געווען א זעלטענער סימבאל פון התקשרות און שימוש בקודש, א "עבד נאמן" וועלכער האט געדינט דעם רבי'ן בקודש פנימה מיט אן אומבאשרייבליכער געטריישאפט, אין די זעלבע צייט האט ער געדינט צענדליגע יארן אלס דער "בריח התיכון" און גבאי אינעם בית המדרש הגדול גור אין ירושלים.
ר' מענדל איז געבוירן געווארן בשנת תרצ"ב אין קאליש בפולין, צו זיין פאטער הרה"ח ר' יהושע נח בינקה ז"ל, וועלכער איז געווען דער ערשטער גבאי לבית גור אויף דעם ארץ-ישראל'דיגן באדן, די משפחה איז ארויף קיין ארץ ישראל עטליכע יאר פארן אויסברוך פונעם מלחמה, און בשנת תרצ"ט איז זיין פאטער ר' יהושע נח ז"ל אויפגענומען געווארן אלס גבאי פונעם גרויסן גערער ביהמ"ד אין ירושלים, וואס האט זיך דאן געפינען אינעם בנין פון ישיבת "שפת אמת".
שוין אלס יונג קינד האט ר' מענדל זוכה געווען זיך מסתופף צו זיין בצל קדשו פונעם הייליגן "אמרי אמת" זי"ע, און לערננדיג אין ישיבת שפת אמת פלעגט ער אפט אריינגיין לקודש פנימה און נהנה זיין עצה ותושיה. שפעטער האט ער געהאט די זכיה צו געניסן פון א זעלטענעם קירבה פונעם "בית ישראל" זי"ע, וועלכער פלעגט שפאצירן מיט אים כדרכו בקודש און אריינבלאזן אין אים דברי חיזוק והדרכה.
בהגיע לפרקו האט ר' מענדל חתונה געהאט מיט זיין אשת חיל ע"ה – וועלכע איז נפטר געווארן דעם פארלאפענעם יאר – די טאכטער פון הרה"ח ר' יוסף דב סקולסקי ז"ל, מפארי עדת חסידי גור.
אין יאר תשס"ח, נאך דער פטירה פונעם לעגענדארן גבאי ר' חנינא שיף ז"ל, וועלכער האט צענדליגער יארן משמש געווען די גערער רביים לדורותיהם, איז ר' מענדל אויפגענומען געווארן איבערצונעמען דעם פאסטן אלס גבאי ומשב"ק. פון יענעם מאמענט אן האט ער זיך נישט אוועקגערירט פונעם רבינס קלאמקע, זייענדיג שטענדיג עומד הכן ליד ימין קדשו פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א. ער האט זיך אינגאנצן אוועקגעגעבן פארן רבי'ן, ער איז געווען דער מוליך ומביא פון מערערע ענינים בחצר הקודש, און פלעגט כסדר באגלייטן דעם רבי'ן צו שמחות און מאורעות שונות.
זיין תפקיד אלס גבאי פונעם בית המדרש הגדול אין ירושלים האט אריינגענומען דאס אנפירן אלע הויפט פאזיציעס אין ביהמ"ד. ער איז געווען דער וואס פלעגט אויסרופן די עליות ביום השבת, אונטערשרייבן און אויסרופן די מודעות אין ביהמ"ד, מאכן הבדלה מוצאי שבת, און זיכער מאכן אז אלעס קלאפט על צד היותר טוב.
ר' מענדל איז נישט נאר געווען א גבאי, נאר א חסיד מופלג וועלכער איז געווען גרוס באורייתא תדירא. זיין גאנצע וועזן איז געווען דורכגעווייקט מיט אמת'ע חסידישע עבודת ה' און צדקה וחסד, אן ענוותן ושפל ברך ולא מחזיק טיבותא לנפשיה.
אין די לעצטערע יארן האט ער זיך עטוואס אפגעשוואכט און האט איבערגעגעבן טייל פון זיין עבודת הגבאות פאר דעם נעקסטן דור גבאים, אבער זיין הארץ איז אלס געבליבן מקושר לאילני דחיי. ער האט מיטגעמאכט שווערע יסורים דורכאויס די יארן, אריינגערעכנט די פטירה בדמי ימיו פון זיין חשוב'ן איידעם ר' שמואל דוד ווייס ז"ל. ער לאזט איבער נאך זיך א דור ישרים מבורך, קינדער און אייניקלעך זרע ברך ה'.
די לוויה וועט ארויסגיין היינט 9:30 אויפדערנאכט פון ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים, דורך בית הלויות שמגר צום הר המנוחות וואו ער וועט קומען לקבורה.






תגובות