top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הוראה פון הגאון רבי עזריאל אויערבאך שליט"א צו שרייבן ׳הקדוש׳ און ׳הי"ד׳ אויף מציבה פון הבחור יוסף אייזנטאל ע"ה

  • Bechatzros admin
  • לפני 20 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש

נעכטן זונטאג אינדערפרי איז הגאון האדיר רבי עזריאל אויערבאך שליט"א ממנהיגי בני תורה, אנגעקומען אויף ניחום אבלים בבית משפחת אייזנטאל אין שכונת רמות ירושלים עיה"ק, וועלכע זיצן שבעה ל"ע נאך די שוידערליכע פטירה פון הבחור כמר חיים יוסף אייזנטאל ע"ה, וואס איז טראגיש איבערגעטרעטן געווארן דורך א אראבישע באס דרייווער נאך די עצרת מחאה וזעקה אקעגן דעם גזירת הגיוס פארגאנגענעם דינסטאג שמות אין ירושלים עיה"ק.


דער גאון האט במשך א לענגערע צייט אריינגעבלאזן טללי חיזוק ותנחומין פאר די בני המשפחה ובפרט פארן חשובן טאטן הרה"ג רבי שמואל אייזנטאל שליט"א, פון די אויסגערופענע תלמידי חכמים פון שכונת רמות אין ירושלים, ובמיוחד פארן זיידן הגאון רבי אוריאל אייזענטאל שליט"א מרא דאתרא רמות ג' ירושלים, ומגדולי המקורבים פונעם גאון שליט"א.


בין הישחין האט דער טאטע פונעם נפטר אנגעפרעגט ביים גאון איבער די פונקטליכע נוסח וואס עס זאל געשריבן ווערן אויפן מציבה, און נאכדעם וואס דער גאון שליט"א האט געהערט די פונקטליכע פרטים וויאזוי עס איז צוגעגאנגען די טראגעדיע, האט ער איבערגעגעבן זיין הוראה אז מען זאל שרייבן אויפן מציבה די טיטול 'הקדוש' און 'השם ינקום דמו'.


די הוראה האט געהאט א גרויס אפקלאנג אין די אלגעמיינע חרדישע גאס, נאכן הערן די ערשיטערטע החלטה פונעם ציוניסטישן בית משפט צו באפרייען אויף הויז ארעסט דעם בארבארישע באס דרייווער וועלכע האט אזוי קאלטבלוטיג גע'רצח'ט דעם בחור חיים יוסף הי"ד, פרובירנדיג צו פארהוילן די אמת'דיגע פרטים פונעם שוידערליכן אינצידענט.

bottom of page