top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רוסישער הויפט-רב הגאון רבי בערל לאזאר שליט"א בקודש פנימה ביי האד' מגור

  • Bechatzros admin
  • לפני 20 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' וארא • כ"ה טבת | בחצרות הקודש

בכבוד והערצה האט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א נעכטן אויפגענומען אויף א באזוך דעם הויפט רב פון רוסלאנד הגאון ר' בערל לאזאר שליט"א, וואו ס'האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פון נאנט צו צוואנציג מינוט.


דער באזוך איז אפגעהאלטן געווארן אינעם יומא דהילולא רבא כ"ד טבת פונעם אדמו"ר הזקן דער הייליגער בעל התניא זי"ע, און דער שמועס האט זיך פארצויגן איבער דעם בעל ההילולא ומשנתו הטהורה.


דערביי האט הרב לאזאר דערלאנגט פאר'ן רבי'ן די נייע אויפלאגע "התניא השלם" וואס איז נארוואס ערשינען. אויך האט דער רב געגעבן פאר'ן רבי'ן זיין ספר "שלח לחמך" על התורה סדר שמות, אין וואס דער רבי האט מעיין געווען פאר א וויילע מיט הנאה פון די הערליכע דברי תורה.


דער רבי שליט"א האט זיך פאראינטערעסירט אינעם וואוילזיין פונעם רוסישן אידנטום און דערציילט פארשידענע היסטארישע פרטים איבער זיין באזוך אין מאסקווע בשנת תש"נ. באזונדער האט זיך דער רבי נאכגעפרעגט איבער די מוסדות החינוך אין רוסלאנד, און ווי אזוי די רעגירונג באציט זיך צו דעם.


דער רבי האט מיט א קורת רוח געהערט א באריכט איבער די בלי און וואוקס פון יהדות רוסלאנד און איבער די אויסשפרייטונג פון שלוחי חב"ד וואס ציילט שוין היינט צו הונדערטער שלוחים און טויזנטער תלמידים אין מערערע חינוך צענטערן איבער'ן לאנד.


דער רבי האט זיך באזונדער נאכגעפרעגט איבער'ן מצב פון אידן אין איראן, ובפרט די לעצטערע תקופה, דער רב האט איבערגעגעבן אז ער שטייט מיט א שטענדיגע קשר מיט די ראשי הקהלה אין איראן, און באגלייט זיי די גאנצע צייט מריחוק מקום. צום שלוס האט דער רבי מאציל געווען ברכת קדשו מצליח צו זיין ווייטער מיט זיינע פילע פעולות לטובה.


תגובות


bottom of page