top of page
וּדְבָרָיו חָיִים וְקַיָּמִים: הילולא קדישא פון הרה"ק מצאנז זי"ע בצל נכדו מ"ד האד' צאנז קלויזענבורג
מאנטאג פ' טהרה • כ"ו ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי פארלאפענעם כ"ה ניסן ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, האט נכדו ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א מעריך געווען דעם שולחן הטהור וסעודת הילולא ברוב עם הדרת מלך. אנהייב פונעם טיש האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוונטשן פארן גאנצן ציבור און פאר די רבנים אויפן אויבן אן. נאכן זיך וואשן האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ראצפערט שליט"א, מרבני צאנז קלויזענבורג און


כֵּן נִזְכֶּה לַעֲשׂוֹתוֹ • גאר געהויבענער חודש ניסן אין באבובער הויף
מאנטאג פ' טהרה • כ"ו ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לענטשוועסקי אברומי בערגער


טויזנטער אידן אינאיינעם מיט גדולי התורה והחסידות שטראמען למעונו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך דורכאויס ימי המועד
מאנטאג פ' טהרה • כ"ו ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש רבבות עמך בית ישראל, אינאיינעם מיט פילע גדולי התורה והחסידות, האבן געשטראמט במשך די ימי חג הפסח למעונו פון מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט״א, אויף די קצנלבוגן גאס אין ירושלים. דאס באשיידענע דירה פונעם גאון איז פארוואנדלט געווארן אין א תל־תלפיות פאר די טויזנטער וואס זענען געקומען מקיים זיין די מצוה פון "הקבלת פני רבו ברגל". אין די שעות פארן זמן כניסת החג האט דער גאון שליט״א כמנהגו אפגעראכטן די "עירובי חצירות", מזכה


טויזנטער מיטגעהאלטן מעמד "הכנה לשביעי של פסח" אין קרית צאנז מיט הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב
מאנטאג פ' טהרה • כ"ו ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מאנטאג חול המועד פסח האט הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א אפגעראכטן א גרויסע התוועדות אלס הכנה ליום טוב שביעי של פסח, ס'איז פארגעקומען אינעם גרויסן היכל ראזענבערג אין קרית צאנז נתני' באגלייט בשירה וזמרה מיט ווארעמע און לעבעדיגע ניגונים, ווען בין גברא לגברא האט דער משפיע אנגעווארעמט די הערצער פונעם ציבור האלפים מיט זיינע דברים נעימים אלס הכנה צום הייליגן יום טוב.


מַצּוֹת תֹּאכֵלוּ • חג הפסח בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א
מאנטאג פ' טהרה • כ"ו ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש


יום טוב פסח בחצר הקודש קרעטשניף | בילדער גאלעריע
מאנטאג פ' טהרה • כ"ו ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר


שמחת החג בחצר הקודש ערלוי לכבוד חול המועד פסח
זונטאג פ' טהרה • כ"ה ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN


שיינעם ביקור חג פון האד' מתורת חכם ביי מחותנו האד' מאשלג לרגל געבורט פון בשותפותדיגער אייניקל
זונטאג פ' טהרה • כ"ה ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם חול המועד פסח איז הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגענשטערן שליט"א האדמו"ר מתורת חכם אנגעקומען קיין בני ברק אויף א ביקור חג ביי מחותנו כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א לרגל די שמחה מיט די געבורט פון א בשותפותדיגער אייניקל ביי די אדמורי"ם, בת הנולדה ביי הרב יעקב מנחם מארגענשטערן זון פון האדמו"ר מתורת חכם, די אדמורי"ם האבן אפגעראכטן א מסיבת לחיים לכבוד די שמחה, פארברענגט בתורת הקבלה מעניני דיומא, און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה.


כל חמירא: האד' מגור ביי שריפת חמץ ערב יו"ט פסח ברוב עם הדרת מלך
זונטאג פ' טהרה • כ"ה ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט:שוקי לרר


האד' מוויזניץ ירושלים נעמט אונטער קורצע נסיעה קיין ארה"ק און מאנטשעסטער לרגל צוויי שמחות במעון קדשו
זונטאג פ' טהרה • כ"ה ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך פ' תזריע מצורע וועט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א אונטערנעמען א קורצע נסיעה קיין ארץ ישראל און פון דארט קיין מאנטשעסטער ענגלאנד צו באשיינען צוויי שמחות במעון קדשו, לרגל די קשרי השידוכים פון צוויי אייניקלעך וועלכע זענען געשלאסן געווארן אין די וואכן בעפאר יום טוב פסח העעל"ט. דער רבי שליט"א וועט היינטיגן זונטאג פארלאזן ניו יארק אויפן וועג קיין ארצינו הקדושה וואו עס וועט דעם קומענדיגן דינסטאג אוונט פארקומען די שמחת האירו


בקשו רחמים: האד' מהארדענקא אריינגעפירט אין שפיטאל נאך לאנג - פארצויגענע שוואכקייט
זונטאג פ' טהרה • כ"ה ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פרייטאג ערב שבת קודש איז כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך א לאנג פארצויגענער שוואכקייט וואס האט באטראפן דעם רבי'ן די לעצטע תקופה. שוין דורכאויס יום טוב פסח האט דער רבי שליט"א נישט גוט געשפירט, און איז נישט אריינגעקומען אין ביהמ"ד צוליב זיין חולשה. פרייטאג אינדערפרי נאך א סעריע טעסטן וואס האבן נישט געוויזן קיין שום שינוי לטובה איז דער רבי אריינגעפירט געווארן דורך די חברה הצלה צו א לאקאלע שפיטאל אי


לשם מצות מצוה: האד' מאמשינוב אפגעראכטן "אפיית מצות" אין אמשינובע מצה-בעקעריי אין בית וגן
מוצאי שב"ק פ' שמיני • כ"ד ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר פארלאפענעם ערב שבת הגדול איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אנגעקומען אינעם היימישן מצה בעקעריי וואס געפונט זיך אינעם בנין ביהמ"ד אמשינוב אין די בית וגן געגנט אין ירושלים, און אפגעראכטן דעם סדר אפיית המצות, פארן רבי'ן ומשפחתו און פאר די גאנצע משפחת המלוכה צאצאי הרה"ק רבי מאיר מאמשינוב זי"ע. די עבודה נשגבה פונעם אמשינובער רבי'ן ביים מצות באקן איז אן עבודה רבה, ווען דער רבי זעלבסט איז זיך מייגע שעות ארוכות


כַּאֲשֶׁר זָכִינוּ לְסַדֵּר אוֹתוֹ • יום טוב פסח בחצר הקודש צאנז
מוצאי שב"ק פ' שמיני • כ"ד ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין


למען קדושת המועד: גאב"ד מאקאווא איז מוחה קעגן בוי ארבעט ביי שטאטישע מקוה אין קרית אתא בעצם חול המועד
פרייטאג אסרו חג פסח • כ"ב ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט אן אש קודש פון קנאת ה' צבאות איז כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א ארויסגעקומען דעם זונטאג חול המועד פסח, אין באגלייטונג פון א גרעסערן קבוצה חסידים, און געלאזט הערן א הילכיגע זעקת מחאה קעגן די לאקאלע שטאטראט וועלכע האט מחלל געווען קדושת המועד מיטן דורכפירן בוי ארבעט ביי די נייע מקוה טהרה אין שטאט, וואס האט צוגעפירט צו א שליסונג אויף די מקוה און האט ארויסגערופן גרויס אויפברויז צווישן די היימישע תושבים אין שטאט. לויט באריכטן זענען


באישון ליל: האד' מאמשינוב אריינגעלאזט געווארן מיט ספעציעלע ערלויבעניש צום כותל המערבי לכבוד הרגל
דינסטאג ד' דחול המועד פסח • כ' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש די נאכט אין די פריע פארטאגס שעהן באשמורת הבוקר ארום פיר אזייגער איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אנגעקומען אויף א תפילה ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי לכבוד המועד. דער רבי איז אריינגעלאזט געווארן מיט ספעציעלע ערלויבעניש צוליב די צוימונגען ביים כותל אין שאטן פון די מלחמה צושטאנד אין ארצינו הקדושה. מיטן רבי'ן אינאיינעם איז אריין בנו חביבו ויד ימינו הרב משה מיליקובסקי. לענגערע מינוטן האט דער רבי מתפלל געווען ביים רחבת


אין שמחה כשמחת תורה: פילע תושבי ירושלים מיטגעהאלטן שיעור כללי דורכן ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א
מאנטאג ג' דחול המועד פסח • י"ט ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש שווערע הונדערטער תושבי ירושלים, לומדים, גאונים און בני תורה האבן דעם זונטאג געהאט די זכיה מיטצולעבן און מיטצוהאלטן די צענטראלע שיעור כללי מפום ממלל רברבן ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, אין היכל ביהמ"ד הגדול פני מנחם אין ירושלים וואס איז געווען איבערגעפולט מקצה אל קצה מיט הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה. דער ראש ישיבה האט מאריך געווען בדרוש ופלפול אין די סוגיא פון "מי שמצא חמץ במקום שאין מכניסים בו חמץ, האם עבר


ערהאבענע מעמד אפיית מצות פאר יחידי סגולה תומכי קמחא דפסחא בחצר הקודש וויזניץ
זונטאג ב' דחול המועד פסח • י"ח ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך דעם ערב יום טוב איז בחצר הקודש וויזניץ פארגעקומען אן ערהאבענע מעמד אפיית מצות מצוה נאך חצות היום. צוליב דעם רבי'נס מצב הבריאות איז די מעמד געווען אויסשליסלעך פאר די נדיבים בעם תומכי "קמחא דפסחא" פונעם רבי'נס שטוב וועלכע האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן די מעמד בצל הקודש. אנדערש ווי אלע יארן וואס די מעמד פלעגט פארקומען אינעם היכל הטישן אין קרית מלך רב איז די מעמד היי יאר אפגעראכטן געווארן אינעם סע


האד' מצאנז קלויזנבורג באשיינט שבע ברכות בבית משפ' לאנדא נדבני ״בנין לאנדא״ דישיבה קטנה צאנז קלויזנבורג -מאנסי
דינסטאג פ' צו • י''ג ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך האט כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א באשיינט די שמחת השבע ברכות לרגל שמחת נישואי הכלה בת הנגיד מוה"ר מיכאל צבי לאנדא הי"ו אייניקל פון הרה"ג ר' גדלי' לאנדא שליט"א נדבני 'בנין לאנדא' פון ישיבה קטנה שפע חיים צאנז קלויזענבורג אין מאנסי, די שמחה איז פארגעקומען אינעם בנין הישיבה ווי דער נדבן הבנין הנגיד ר' מיכאל צבי הי"ו האט זיך אונטערגענומען א פרישע סכום עצום צו הערליך ראנאווירן דעם בנין כראוי וכיאות.


חרב ובנוי: היסטארישע צוריקבוי פון ביתו נאוה קודש פון הרה"ק ר' שלמה'קע זוועהילער זי"ע
מאנטאג פ' צו • י''ב ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש די חסיד'ישע וועלט נעמט אויף מיט א חרדת קודש די אנטוויקלונג ביים הייליגן און נאסטאלגישן ביתו נאוה קודש פון הרה"ק רבי שלמה'קע זוועהילער זי"ע וואס גייט אריבער א גענצליכע איבערבוי לחדש אורה כבראשונה, און עס צוריקגעשטעלן גענצליך על מכונו ותבניתו ווי ס'איז געשטאנען אריגינעל בימי הצדיק. דאס הייליג הויז איז טראגט א זעלטענעם באדייט ווען עס איז פערזענליך געבויט געווארן דורך רבי שלמה'קע, וועלכער האט אריינגעלייגט א ספעציעלע פארבארגענע עבודה צ


גרויסן עולם מיטגעהאלטן הילולא קדישא פון הרה"ק מווערדאן זצ"ל בבית מדרשו של רבי אין פלעטבוש
מאנטאג פ' צו • י''ב ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך ו' ניסן איז אויסגעפאלן די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מווערדאן זצוק"ל וועלכער איז נסתלק געווארן פאר זעקס יאר צוריק ו' לחודש ניסן אין סאמע ברען פון די קאראנע עפידעמיע, ומנוחתו כבוד אויפן בית החיים בעיר מאנסי יצ"ו. ווי יעדעס יאר איז מען זיך צוזאמגעקומען ביומא דהילולא איבערצוחזרן משנתו של אותו צדיק נשגב, ביי די סעודת הילולא רבתי וואס איז אפגעראכטן געווארן אין דעם נאסטאלגישן ווערדאנער ביהמ"ד אין פלעטבוש וואו הונדערטער


bottom of page
