top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חרב ובנוי: היסטארישע צוריקבוי פון ביתו נאוה קודש פון הרה"ק ר' שלמה'קע זוועהילער זי"ע

  • לפני 17 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' צו • י''ב ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

די חסיד'ישע וועלט נעמט אויף מיט א חרדת קודש די אנטוויקלונג ביים הייליגן און נאסטאלגישן ביתו נאוה קודש פון הרה"ק רבי שלמה'קע זוועהילער זי"ע וואס גייט אריבער א גענצליכע איבערבוי לחדש אורה כבראשונה, און עס צוריקגעשטעלן גענצליך על מכונו ותבניתו ווי ס'איז געשטאנען אריגינעל בימי הצדיק.


דאס הייליג הויז איז טראגט א זעלטענעם באדייט ווען עס איז פערזענליך געבויט געווארן דורך רבי שלמה'קע, וועלכער האט אריינגעלייגט א ספעציעלע פארבארגענע עבודה צוערשט מיט'ן אויסקלויבן א פלאץ, אויפזוכנדיג די מערסט-נידריגסטע פלאץ אינעם געגנט, וואס קומט אויס אין שכונת בית ישראל בירושלים עיה"ק.


רבי שלמה'קע האט זיך בכבודו ובעצמו מיט זיין פשטות'דיגע הנהגה וענוותן חן זיך אפגעגעבן מיט'ן בויען די יסודות, און שפעטער ווען מ'האט געענדיגט בויען די קליינע דירה'לע האט ער זיך דערין אריינגעצויגן און במשך צוואנציג יאר עד זיבולא בתרייתא דארט אפגעראכטן זיין הימלישע עבודה און גע'פועל'ט ישועות פאר אידישע קינדער, און קיינמאל נישט געוואלט זיך אוועקציען פון אט די דירה, פה אשב כי איותיה.


נאכ'ן הסתלקות פון בנו ממלא מקומו הרה"ק ר' גדלי' משה מזוועהיל זי"ע, בשנת תש"י, איז ארויף א הצעה בקרב בני המשפחה צו פארקויפן די דירה. אבער דאס איז שנעל אראפ פון טיש, כי המקום אדמת קודש הוא.


במשך השנים איז די דירה נישט געווען אין באנוץ, און איז געשטאנען אין א היבש נאכגעלאזטע צושטאנד, ביז עס איז אצינד געקומען די באשערטע מינוט, ווען עס ווערט געלאזט אין גאנג א פולקאמע רענאוואציע און איבערבוי וואס וועט שענקען פאר די דירה א נייע הערליכע צורה, און וועט דינען אלס אכסניא של תורה אלס "כולל אברכים" פאר לומדים מופלגים וואס וועלן זיך ממית זיין באהלה של תורה בביתו של צדיק.


דורכאויס די פראיעקט וועט אויך צוריקגעשטעלט ווערן דער באקאנטער מצה אויוון פון רבי שלמה'קע, וואס איז געשטאנען אין די דירה און דארט האט רבי שלמה'קע געבאקן מצות מיט זיין העכערע עבודה.


ווי אויך וועט פרעזערווירט ווערן די הייליגע היסטארישע "טיש" וואס איז אנגעזאפט מיט טויזנטער קוויטלעך, תפילות און ישועות וואס רבי שלמה'קע האט גע'פועל'ט פאר אידישע קינדער דופקים על פתחו.


די טיש וועט צוריקגעשטעלט ווערן אקוראט ביים זעלבן ווינקל ווי ס'איז געשטאנען בחיים חיותו פון רבי שלמה'קע.


אין צענטער פון די דירה וועט אויפגעשטעלט ווערן אן ארון הקודש, אויפ'ן זעלבן מקום ווי ס'איז געשטאנען בחיים חיותו, און דארט איז געליגן די היסטארישע ספר תורה פונעם זלאטשוב'ער מגיד זי"ע, וואס רבי שלמה'קע האט ארויפגעברענגט פון רוסלאנד.


באזונדעט וועט געבויט ווערן א נייער חדר מיוחד פאר'ן באנוץ פון כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א, וואו דער רבי וועט אין פארשידענע זמנים זיך אויפהאלטן און אויפנעמען דעם ציבור חסידים להיפד בדבר ישועה ורחמים.


דער הייליגער הויז וועט בקרוב הימים געעפנט געווארן פארן ברייטן ציבור, און אצינד וועלן אידן האבן די געלעגנהייט זיך צו באקענען פון דער נאנט מיט די שטורמישע לעבנס געשיכטע פונעם גרויסן צדיק וקדוש.



תגובות


bottom of page