גרויסן עולם מיטגעהאלטן הילולא קדישא פון הרה"ק מווערדאן זצ"ל בבית מדרשו של רבי אין פלעטבוש
- לפני 6 שעות
- זמן קריאה 3 דקות
מאנטאג פ' צו • י''ב ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם וואך ו' ניסן איז אויסגעפאלן די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מווערדאן זצוק"ל וועלכער איז נסתלק געווארן פאר זעקס יאר צוריק ו' לחודש ניסן אין סאמע ברען פון די קאראנע עפידעמיע, ומנוחתו כבוד אויפן בית החיים בעיר מאנסי יצ"ו.
ווי יעדעס יאר איז מען זיך צוזאמגעקומען ביומא דהילולא איבערצוחזרן משנתו של אותו צדיק נשגב, ביי די סעודת הילולא רבתי וואס איז אפגעראכטן געווארן אין דעם נאסטאלגישן ווערדאנער ביהמ"ד אין פלעטבוש וואו הונדערטער חסידים ואנשי מעשה, מעריצים ומתפללי בית המדרש, האבן זיך מתוועד געווען אין שפיץ פון די קינדער הרבנים, ממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א פון בארא פארק, און צענדליגע אייניקלעך און אור אייניקלעך רבנים, מורי הוראה, מרביצי תורה ויושבי אוהל.
נאכן זיך וואשן צום סעודת הילולא האט הרה"צ רבי ישראל לייפער שליט"א מווערדאן מסיים געווען ששה סדרי משנה, און דערנאך האט דער רבי שליט"א געמאכט דעם הש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך די גאנצע עדה הקדושה אינאיינעם, און אלע קינדער האדמורי"ם האבן געזאגט דעם קדיש דרבנן.
דאן האט דער רבי שליט"א אויפגעטרעטן מיט די צענטראלע דברי קודש און ארויסגעברענגט די זעלטענע דביקות אין צדיקים וואס מען האט געזעהן ביים טאטן, וואס מיר דארפן זיך מחזק זיין אין דעם ענין, אפילו ווען ס'איז שוין נישטא די כח המעורר אויף דעם.
דערנאך האט מען געהערט שיינע זכרונות פון הרה"ג ר' מרדכי שעהר שליט"א רב דקהל תפארת צבי, נכד בעל ההילולא וואס האט פארציילט גאר שיינע סיפורים וואס ער האט אליין מיטגעהאלטן בקודש פנימה, בפרט פון זומער חדשים וואס דער רבי ז"ל פלעגט וויילן אין פליישמאנס קאנטרי.
נאכדעם האט מען געהערט די משא המעמד ודבר ההילולא פון הגה"צ ר' יעקב הורוויץ שליט"א אב"ד זרע קודש וראש ישיבת בית מאיר, וואס האט פארציילט שיינע ענינים נאך פון די פריעדעגע יארן, מתובל בדברי תורה ואגדה ארויסברענגענדיג דעם חיוב אוחז זיין בדרכיו הקדושים.
א באזונדערע התרגשות איז געווען ווען דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן די ניגוני קודש וואס דער רבי זצ"ל פלעגט כסדר זינגען בעידן חדוותא, וואס האט מיטגעשלעפט די גאנצע עולם.
א הערליכע דרשה האט מען געהערט פון בנו הרה"צ רבי ישראל שליט"א וועלכער האט א לענגערע צייט דערציילט שיינע ענינים פונעם בעל הילולא, ארויסברענגענדיג דער כח התפילה פון רבי'ן ז"ל וואס איז געווען כבן המתחטא לפני אביו.
ביי דער סעודת הילולא איז געווען צו באקומען די נייע ספר "בזכרון קדוש" וואס אנטהאלט פרקי זכרונות פארציילט דורך די מקורבים פון רבי'ן, וואס איז ארויסגעגעבן געווארן לקראת די זעקסטע יארצייט דורך מכון הקריאה והקדושה דחסידי ווערדאן.
עס איז שוין געווען שפעט ווען הרה"צ רבי דוד אלי' לייפער שליט"א אבד"ק ווערדאן נאדבורנא האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס, און דער עולם איז אריבער וואונטשן לחיים.
דינסטאג אינדערפרי ביומא דהילולא רבה האבן פילע חסידים ומעריצים געדאווענט תפילת שחרית אין ווערדאן ביהמ"ד אין בארא פארק בצוותא חדא מיט'ן רבי'ן שליט"א. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א שלחן לחיים לכבוד היום, ווי דער רבי שליט"א האט ארומגערעדט במשנתו פון טאטן זצ"ל און אויפגעפאדערט צו גיין אין זיינע הייליגע דרכים, פון לימוד התורה, און תפילה, שמירת עינים און נאך.
ארום דריי אזייגער איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום ציון הקדוש אין מאנסי בראש קהל חסידיו. שפעטער איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צום אכסניא אין מאנסי וואו ער האט אויפגענומען די חסידים מיט קוויטלעך אינעם גרויסן טאג פונעם יומא דהילולא.
אין לויף פונעם טאג האט דער רבי שליט"א צוזאמגענומען גרויסע סכומים פאר קמחא דפסחא. איידער זיך אהיימקערן קיין בארא פארק איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף קביעות מזוזה אין דעם נייעם שטוב פון מקורבו הרה"ח ר' אביגדור ששון הי"ו, ווי דער רבי האט געקלאפט די מזוזה און אנגעוואונטשן לחיים פאר אלע ידידים ובני המשפחה.































