top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וּדְבָרָיו חָיִים וְקַיָּמִים: הילולא קדישא פון הרה"ק מצאנז זי"ע בצל נכדו מ״מ האד' צאנז קלויזענבורג

  • לפני 6 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' טהרה • כ"ו ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי

פארלאפענעם כ"ה ניסן ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, האט נכדו ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א מעריך געווען דעם שולחן הטהור וסעודת הילולא ברוב עם הדרת מלך. אנהייב פונעם טיש האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוונטשן פארן גאנצן ציבור און פאר די רבנים אויפן אויבן אן. נאכן זיך וואשן האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ראצפערט שליט"א, מרבני צאנז קלויזענבורג און אן אייניקל פונעם בעל ההילולא, מיט מכתם לדוד.


די דברות קודש האט דער רבי אנגעהויבן מיט דברי פלפול במשנתו פונעם בעל הילולא דער הייליגער דברי חיים פאר איבער א שעה צייט, און ממשיך געווען מיט אגדה ומוסר.


 דער רבי האט בין הדברים ארומגערעט מיט ווארימע דיבורים איבער די חשובע מסגרת "הורינו" סדר הלימוד בהלכה דק"ק צאנז קלויזענבורג וואס הייבט אן היינט דעם נייעם מחזור, און שטארק משבח געווען אלע עסקני המסגרת און מעורר געווען די חסידים זיך אנשליסן אינעם חבורה. אויך האט דער רבי מחזק געווען די אלע חסידים וואס קומען לרענען און דאווענען אין די היימישע בתי מדרשים לערנען און דאווענען, און באזונדער ארומגערעט דברי חיזוק פאר די בחורים צום נייעם זמן.


שפעטער האט דער רבי זיך באצויגן צו די מולטי-מיליאן דאלערדיגע פראיעקט וואס איז אונטערגענומען געווארן מיט צוויי יאר צוריק אויפצובויען די בניני המוסדות דחסידי צאנז קלויזענבורג בארה"ק, ווען דער רבי שליט"א האט ביים טיש כ"ה ניסן תשפ"ד גערופן קהל חסידיו אנטייל צו נעמען און זיין שותפים צו העלפן אויפבויען די גיגאנטישע נייע בניני הקהלה אין ירושלים און בני ברק.  דער רבי שליט"א האט אצינד בשער בת רבים אויסגעדרוקט רגשי הכרת הטוב מעומק לבו הטהור פאר די אינגעלייט וואס האבן זיך אנגעשטרענגט פאר דעם חשובן צוועק, און אפאלירט מען זאל זיך ווייטער אנשליסן מיט סכומים הגונים און שאפן געלטער פאר די אויפבוי פון די בניני המוסדות. 


מיט'ן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען גיסו כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א. נאכן בענטשן האט דער רבי פארטיילט כוס של ברכה פאר אלע חשובע רבנים אויפן אויבן אן, און דער רבי האט באזונדער ווארעם אנגעוואנטשן גיסו האדמו"ר מצאנז זוועהיל און בנו החתן בן זקוניו לרגל די שידוך שליסן דעם חול המועד בשעה טובה ומוצלחת. דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער באקומען כוס של ברכה און וואונטשן לחיים פאר א לענגערע צייט.



bottom of page