אין שמחה כשמחת תורה: פילע תושבי ירושלים מיטגעהאלטן שיעור כללי דורכן ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א
- לפני 16 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג ג' דחול המועד פסח • י"ט ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

שווערע הונדערטער תושבי ירושלים, לומדים, גאונים און בני תורה האבן דעם זונטאג געהאט די זכיה מיטצולעבן און מיטצוהאלטן די צענטראלע שיעור כללי מפום ממלל רברבן ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, אין היכל ביהמ"ד הגדול פני מנחם אין ירושלים וואס איז געווען איבערגעפולט מקצה אל קצה מיט הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה.
דער ראש ישיבה האט מאריך געווען בדרוש ופלפול אין די סוגיא פון "מי שמצא חמץ במקום שאין מכניסים בו חמץ, האם עבר למפרע", ביים שיעור האבן זיך באטייליגט דיינים, מורי הוראה און ראשי ישיבות פון אלע קרייזן, וועלכע האבן זיך אריינגעלאזט אין א טיפן פלפול מיטן ראש ישיבה, צוזאמען מיט מערערע לומדים וועלכע זענען געקומען בהמוניהם מקיים צו זיין "ושמחת בחגיך" — ואין שמחה כשמחת התורה, וען די גאנצע היכל ווערט פארוואנדלט אין איין שטיק תורה בפלפול ואגדה. נאכן שיעור האט דער ראש ישיבה איבערגעבן א ווארעמע שמועס מעניני דיומא, און אנגעווארעמט די משתתפים זיך צו מחזק זיין בלימוד התורה כדרכו בקודש. נאכן שיעור האט מען געדאווענט מעריב און עס איז געווען א געלעגנהייט פארן ציבור דורכצוגיין שלום נעמען.
צווישן די משתתפי השיעור איז געווען הגאון רבי פנחס פריעדמאן שליט"א ראש הכוללים דבעלזא וועלכער איז נאכן שיעור אריין צום ראש הישיבה און ווייטער פארברענגט בפלפולי דאורייתא.


































