top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באישון ליל: האד' מאמשינוב אריינגעלאזט געווארן מיט ספעציעלע ערלויבעניש צום כותל המערבי לכבוד הרגל

  • לפני יום אחד (1)
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג ד' דחול המועד פסח • כ' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

די נאכט אין די פריע פארטאגס שעהן באשמורת הבוקר ארום פיר אזייגער איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אנגעקומען אויף א תפילה ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי לכבוד המועד. דער רבי איז אריינגעלאזט געווארן מיט ספעציעלע ערלויבעניש צוליב די צוימונגען ביים כותל אין שאטן פון די מלחמה צושטאנד אין ארצינו הקדושה. מיטן רבי'ן אינאיינעם איז אריין בנו חביבו ויד ימינו הרב משה מיליקובסקי. לענגערע מינוטן האט דער רבי מתפלל געווען ביים רחבת הכותל וואס איז ליידער געווען גענצליך ליידיג מבלי באי מועד. ביים ארויסגיין זענען פילע אידן צוגעקומען מיט הזכרות וואו דער רבי האט יעדן געוואונטשן במאור פניו.



תגובות


bottom of page