top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לשם מצות מצוה: האד' מאמשינוב אפגעראכטן "אפיית מצות" אין אמשינובע מצה-בעקעריי אין בית וגן

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

מוצאי שב"ק פ' שמיני • כ"ד ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

פארלאפענעם ערב שבת הגדול איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אנגעקומען אינעם היימישן מצה בעקעריי וואס געפונט זיך אינעם בנין ביהמ"ד אמשינוב אין די בית וגן געגנט אין ירושלים, און אפגעראכטן דעם סדר אפיית המצות, פארן רבי'ן ומשפחתו און פאר די גאנצע משפחת המלוכה צאצאי הרה"ק רבי מאיר מאמשינוב זי"ע.


די עבודה נשגבה פונעם אמשינובער רבי'ן ביים מצות באקן איז אן עבודה רבה, ווען דער רבי זעלבסט איז זיך מייגע שעות ארוכות מיט אן אומבאשרייבליכע טירחא דמצווה, די געהויבענע עבודה הייבט זיך אן נאך פיל פריער מיט די קצירה און טחינה, ווען יעדע פרט ופרט ווערט דורכגעפירט מיט פילע הידורים און חומרות לויט אלע שיטות הפוסקים, כחוקת הפסח וכמשפטו.


עס איז געווען כחצות היום ערב שבת ווען דער רבי איז ערשינען אינעם בעקעריי און באלד אנגעהויבן דעם גאנצן סדר הכשרת הכלים. דער רבי שטייט און איז עומד על המשמר פאר קרוב צו צוויי שעה מיט אן עינא פקיחא, בשעת מען איז מלבן דעם אויוון און מען כשר'ט אלע געצייג מיט א זהירות יתירה, אלעס זאל זיין גרייט כדת וכדין.


ארום האלב נאך צוויי נאכמיטאג האט זיך אנגעהויבן די ערשטע משמרת, שאפנדיג א מחזה הוד ווען דער רבי איז משגיח אויף יעדן איינציגן פרט מרישא ועד גמירא, און לייגט א ספעציעלן דגש אז יעדער וואס רירט נאר אן דעם טייג ביים אנהייב פון יעדער משמורה, זאל קלאר ארויסזאגן די ווערטער "לשם מצת מצווה" מיט גרויס כוונה.


די גאנצע צייט האט מען געקענט זעהן דעם רבי'ן לויפן צווישן די ארבייטער פון איין טיש צום אנדערן באש להבה וואס האט געפלאקערט מקדושת המצוה, זייענדיג עומד על גביהם מיט אן אויסטערלישע זהירות אז אלעס זאל געטוהן ווערן בשלימות אן די מידעסטע חשש חמץ חלילה.


נאך די ערשטע משמרת, איז פארגעקומען א צווייטע משמרת וואו חסידים זקנים עם נערים האבן געהאט די זכיה צו באקן פארן רבי'נס חבורה. 


ביים ענדע פונעם מצות באקן, איז דער רבי אריין אין א זייטיגע צימער מיטצוהאלטן דעם מעמד הפרשת חלה וואס איז דורכגעפירט געווארן דורך זיין שוועסטער הרבנית זוננבאד תליט"א. דערנאך האט דער רבי פערזענליך משגיח געווען און זיכער געמאכט אז אלע מצות ווערן גוט איינגעפאקט מיט א געהעריגע שמירה לקראת יום טוב. עס איז שוין געווען הארט פארן זמן כניסת השבת ווען דער רבי האט פארלאזט דעם בעקעריי און זיך צוריקגעקערט למעון קדשו אין בית וגן.



תגובות


bottom of page