top of page
האד' מקארלסבורג געפראוועט שב"ק בבית מדרשו של אביו הרה"ק רבי נחמן מספינקא זצוק"ל אין בני ברק
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN די וואך שבת פ' ויצא איז כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א געווען צוגאסט אין שטאט בני ברק און האט געפראוועט דעם גאנצן סידורו שבת במקום שהתפללו אבותיו, בבית מדרשו של אביו כ"ק אדמו"ר הרה''ק רבי נחמן מספינקא זצוק"ל בעל דעת כהן, אין ספינקא ביהמ"ד אויף רחוב רבי יהושע אין בני ברק. די רבי שליט"א איז געווען צוגאסט אין ארץ ישראל לרגל די שמחת החתונה פון אן אייניקל הי"ו מיט אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט


ענדגילטיגער פסק דורך ביד"ץ בני ברק איבער סכסוך פון בעלי דירות אין מירון מיט מארגנים פון סאטמארער "שבת תולדות"
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש א דראמאטישער פסק דין איז נארוואס ארויסגעגעבן געווארן אנבאלאנגט די סכסוך צווישן הייזער אייגנטומער אין אתרא קדישא מירון, מיט די מארגנים פונעם גרויסן "שבת תולדות" אין מירון בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. דער הלכה'דיגער דיון איז שוין עטליכע וואכן דאס געשפרעך אין די תורה'דיגע און הלכה'דיגע וועלט, שאפנדיג א פלפולא דאורייתא און שיחתן של תלמידי חכמים אין די היכלי הכוללים ובבתי הוראה וועלכע זענען דן איבער די אינטערעסאנטע שאלה, ווא


והאבן הזאת: מצבה געשעלט ביי מקום מנוחתו פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה
מיטווואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: מ.א. נוימן שטייענדיג קרוב צו פינף חדשים נאך די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה איז היינט געשטעלט געווארן א מצבה ביי מקום מנוחת קדשו, במרומי הר הזיתים אינעם אהל הק' פון אביו הרה"ק רבי צבי הירש מקרעטשניף זצוק"ל. ביים לייגן די מצבה זענען אנוועזנד געווען בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א און זיינע ברידער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף כפר אתא שליט"א, הרה"צ רבי מאיר ראזנבוים שליט"א מק


אויסגאבע טישל • פרשת וישלח
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש


האד' מוויען צוגאסט אויף שבת אין מאנסי לרגל שבת עליה לתורה פון אן אייניקל
דינסטאג פ' וישלח • י''ב כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ,JDN אויף דעם שבת פ' ויצא העעל"ט איז כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א געווען צוגאסט אין מאנסי לכבוד די שבת אופרוף פון א אייניקל, א זון פון זיין איידעם הרב יואל ווייסמאנדל שליט"א, זון פון הגה"צ ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד"ק נייטרא מאנסי, די רבי האט געפראוועט די תפילות ליל שבת קודש און שלש סעודות אין ביהמ"ד תפארת יהושע וויען אויף פרענסיס. שבת אינדערפרי האט די רבי געדאוונט אין נייטרא ביהמ"ד וואו דער חתן ה


שיינע שידוך געשלאסן אין הויפן פון מאחנובקא בעלזא - שאץ - קארלין לעלוב - ספינקא
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פונעם חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' נפתלי צבי מאסקאוויטש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' שמעון ראזענפעלד שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' יצחק אייזיק ווייס זצ"ל מספינקא, די שמחה איז פארגעקומען אין די זאלן פון בית מלכה אין בני ברק, אין שפיץ פון די חשובע זיידעס און מח


דבר נאה ומתקיים: שמחת התנאים פון הכלה בתו הצעירה פון האד' מסטאניסלאוו מיט החתן אייניקל פון האד' מלעלוב
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ,JDN שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון די כלה יונגסטער קינד ביי כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א פון מאנסי, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק טענקא ירושלים זצ"ל, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' אהרן שלום פריעדמאן שליט"א רב חסידי לעלוב אין רמה ד' בית שמש, זון פון הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די זאלן פון 20 עישעל אין מאנסי.


התרגשות אין קארלין סטאלין: קומענדיגער חתונה בחצר הקודש וועט צום ערשטן מאל געפראוועט ווערן אין ביהמ"ד הגדול
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בחצר הקודש קארלין סטאלין גרייט מען זיך מיט געהויבענע געפילן צום שמחה אינעם רבינס הויף ווען עס וועט צום ערשטן מאל בקורות ימי החסידות געפראוועט ווערן א חתונה אינעם ביהמ"ד הגדול והחדש קארלין סטאלין אין קרית מלך רב, גבעת זאב. די רעדע איז פון די חתונה פונעם חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' משה וויליגער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' לייבל וויליגער שליט"א ר"ם במתיבתא תורה ודעת, מיט די כלה א


יום בחצריך: תלמידי ישיבת מבקשי השם האלטן מיט תפילת שחרית און סעודת ראש חודש בצל האד' מקאסוב
זונטאג פ' וישלח • י' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש


שידוך שליסן אין הויפן פון פינסק קארלין - סטראפקוב - ראדאמישלא - לעלוב
מוצאי שב"ק פ' ויצא • ט' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איציק ו. א שיינעם שידוך איז געשלאסן געווארן פאריגע וואך העעל"ו פונעם חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, עלטסטער זון פון זיין זון הרה"צ רבי מנחם מענדל ראזענפעלד שליט"א איידעם פון הגה"צ רבי יעקב אלי' האראנטשיק האדמו"ר מלעלוב הר יונה, מיט די כלה א טאכטער פון המנוח הגה"צ רבי יחזקאל שרגא דוד האלפערין זצ"ל דומ"ץ צאנז רמות בנו הגדול פון כ"ק גאב"ד ראדאמישלא זצ"ל און איידעם פון כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א


מסע המרומם פון האד' מסאטמאר קיין ארה"ק: כסדר'דיגע נייעס און לייוו אפדעיטס
מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דאנערשטאג פ' ויצא נאכמיטאג • ז' כסלו | ב חצרות הקודש דאנערשטאג פ' ויצא פארמיטאג • ז' כסלו | ב חצרות הקודש דאנערשטאג פ' ויצא פארמיטאג • ז' כסלו | ב חצרות הקודש ביים אנקומען אינעם לוד לופטפעלד ווי דעם רבינס פליגער האט זיך געהויבן קיין גריכנלאנד, אויף א קורצן אפשטעל אונטערוועגנס קיין ניו יארק. דאנערשטאג פ' ויצא פארמיטאג • ז' כסלו | ב חצרות הקודש ביים מעמד צאתכם לשלום, אינאיינעם מיטן מעמד סיום חצי ש"ס במסגר הלימוד יסודי התורה


שבת מלא התרוממות והתעלות געפראוועט געווארן צום ערשטע מאל אין שטאט קרית יואל בצל האד' מקאשוי
דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש תושבי קרית יואל האבן געהאט די זכיה מיטצולעבן אן ערשטמאליגע שבת פון התרוממות הנפש והתעלות בראשות כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א, וועלכע האט צום ערשטע מאל אפגעראכטן א שבת אינאיינעם מיט תלמידיו ומעריציו אין שטאט קרית יואל יצ"ו. די געטרייע עסקנים האבן אריינגעלייגט איבערמידליכע כוחות די שבת זאל געקרוינט ווערן מיט די העכסטע מאס הצלחה, ב"ה אז עס איז טאקע געלונגען אהערצושטעלן א העכסט געלונגענע אפאראט, צוברענגענדיג דעם שבת צום קלימאקס. באזונד


ערשטמאליגער געשעהניש בחצר הקודש תולדות אהרן: שמחת פדיון הבן ביי א אייניקל פון האד' מתולדות אהרן
מיטוואך פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בחצר הקודש תולדות אהרן האט מען אויפגענומען מיט עקסטאז די שמחה הגדולה, צום געבורט פון אן איר אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, ווען עס וועט אין אן ערשטמאליגער געשעהניש בחצר הקודש תולדות אהרן אפגעראכטן ווערן א שמחת פדיון הבן פון א אייניקל ביים רבי'ן, נאכדעם וואס דער רך הנולד איז נישט ממשפחת הכהנים, און באזונדער איז פארהאן א מעגליכקייט אז דער פדיון הבן זאל אפגעראכטן ווערן אין ירושלים עיה"ק במחיצת הקודש פונעם געהויבענעם זיי


שיינעם שבת של שמחה אין ק"ק ספינקא לעיקוואד לרגל באווארפן פון החתן בן הגה"צ אבד"ק ספינקא לעיקוואד שליט"א
מיטוואך פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש ספינקא חסידים גרייטן זיך מיט גרויס התרגשות צום גרויסן שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, החתן בנו הגדול פון בנו חביבו ויקירו הגה"צ רבי מאיר יצחק אייזיק ווייס אבד"ק ספינקא לעיקוואוד, חתן הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה"צ רבי חיים ארי' שפיץ שליט"א, ראש ישיבת ווילרייק, חתן הגה"צ דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן שליט"א בעל ויען דוד, וואס וועט פארקומען מארגן דאנערשטאג אין שטאט בארא פארק. עקסטער טראגט די שמחת החת


אויסגאבע טישל • פרשת ויצא
מיטוואך פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש


ויהי החודש הזה: גאב"ד מאקאווא רעכט אפ סעודת ראש חודש אין שטאט מאנסי
מיטוואך פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אלי שווארץ,JDN דעם דאנערשטאג נאכמיטאג ערב ראש חודש האט כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א געדאוונט מנחה און יום כיפור קטן בבית האכסניא אין מאנסי אין שטוב פון הנגיד החסיד רבי יהודה דוד רובינשטיין הי"ו, שפעטער אויפדערנאכט נאך מעריב האט די רב שליט"א אפגעראכטן א סעודת ראש חודש אינאיינעם מיט א שיינעם ציבור חסידים און דערביי איבערגעגעבן דעם שיעור קבוע אין ספר אור החיים הק' כמדי שבוע בשבוע.


האחים הרבנים בני האד' מבאיאן באזוכט אין תלמוד תורה באיאן מאנסי נאכגעפאלגט מיט רייכע באנקעט לטובת המוסד
מיטוואך פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. דעם זונטאג נאכמיטאג האבן די קינדער פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, בנו הגדול הרה"צ ר' יוסף ברייאר שליט"א און הרה"צ ר' יצחק מאיר ברייאר שליט"א פון לאנדאן באזוכט אינעם תלמוד תורה דחסידי באיאן אין מאנסי, ווי זיי זענען ארומגעגאנגען בין כותלי המוסד אינאיינעם מיט עטליכע נגידים תומכי תורה מתפללים אין די באיאנער קלויז אין די איסט סייד וועלכע זענען געלאדענט געווארן אויף דעם באזוך אין חדר. דעם רבינס קינדער האבן אויסגע


הונדערטער תשובי בארא פארק מיטגעהאלטן שבת מרומם בצל המשפיע הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב
דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש די געשפרעך פונעם טאג אין בארא פארק איז נאך אלס, איבער די גאר געהויבענער שבת וואס איז אנגעפירט געווארן דורכ'ן ממלל רברבן הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב וועלכער איז געקומען צו פארן משפיע צו זיין מהודו אויף די גאנצע שטאט. די קלימאקס פונעם שבת איז געווען, ביי שלש סעודות וואס דער משפיע האט אפגעראכטן, אין די גרויסע זאלן פון וואו עס האבן זיך באטייליגט שווערע הונדערטער אידן בליעה"ר, עד אפס מקום שוין נאכן צולייגן מערערע זיץ פלעצער.


גרויסן ציבור ביי שמחת הבר מצוה פון זון ביי האד' ממעזיבוז אייניקל פון האד' מראחוב
דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר א גרויסן עולם חסידים ומעריצים האבן זיך די וואך זונטאג מיטגעפריידט ביי די שמחת הבר מצוה לבן כ"ק אדמו"ר ממעזיבוז שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מראחוב שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ רבי מתתיהו סאפרין זצ"ל זון פון כ"ק אדמו"ר מקאמרנא שליט"א, די שמחה איז אפגעראכטן געווארן אין א פראכטפולע זאל אין פתח תקווה, וואו עס האבן באשיינט בראש המסובים מערערע אדמור"ים, רבנים ואנשים חשובים פון אומעטום.


וְגִילוּ צַדִּיקִים: געהויבענע חתונה בחצר הקודש פינסק קארלין אין ירושלים
דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN ברגשי שמחה והתעלות האבן פינסק קארלינער חסידים מיטגעהאלטן די הערליכע חתונה אינעם הויף, פון די חתן א אייניקל ביי מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ רבי נחמיה ראזנפעלד שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ח ר' משה מרדכי נייהויז הי"ו, די קבלת פנים און חופה איז פארגעקומען אין זאל פון אור החיים, און די שמחת החתונה איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר אינעם היכל השולחנות ש


bottom of page

