top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שבת של שמחה אין ביתר לרגל באווארפן פון החתן זון פון האדמו"ר מזוועהיל

  • Bechatzros admin
  • לפני 4 ימים
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' בשלח • ז' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך

די וואך שבת איז געפראוועט געווארן די שבת של שמחה לרגל די עליה לתורה פונעם חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מטרעבישאן שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, די שבת באווארפן איז פארגעקמען במקום מגוריו פון זוועהילער רבי'ן אין שטאט ביתר, וואו עס איז ארויסגעדינגען געווארן די גרויסער פריימאן זאל צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור וואס האט מיטגעהאלטן די תפילות און טישן בצל הקודש. אויף שבת איז געקומען צופארן דער מחותן אבי הכלה האדמו"ר מטרעבישאן וועלכער האט מיטגעהאלטן אלע תפילות און טישן ביי די שבת של שמחה, באזונדער האט באשיינט דעם שבת די פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי וואס איז ספעציעל געקומען צופארן פון אמעריקא מיטצוהאלטן די שמחה במעונו פונעם שוואגער דער זוועהילער רבי.



תגובות


bottom of page