top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עלי' לציון פון הרה"ק רבי חיים שמואל מחאנטשין זי"ע ביומא דהילולא ח"י טבת צום ערשטן מאל זינט חורבן אייראפע

  • Bechatzros admin
  • לפני 46 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש

געהויבענע ימי תפילה והתעלות איז פאריבער אין די טעג ארום די הילולא קדישא פון הרה"ק ר' חיים שמואל מחאנטשין זי"ע, א בן אחר בן פונעם הייליגן חוזה מלובלין זי"ע, ביומא דהילולא ביום ח"י טבת, וואו עס איז היי יאר צום ערשטן מאל זינטן חורבן אייראפע געווען א מנין ביים ציון הק' אינעם נייעם איבערגעבויעטן אוהל אין שטאט קיעלץ אין פולין, אין שפיץ פון הגה"צ אבד"ק חאנטשין מאנסי שליט"א נכד בעל ההילולא וועלכע האט אונטערגענומען אויף זיך דעם פראיעקט איבערצובויען דעם אוהל הק' לכבוד ולתפארת.


דער רב שליט"א האט דינסטאג אויפדערנאכט געלאנדעט על אדמת פולין און איז צוערשט צוגעפארן צום שטאט דינוב לכבוד די יארצייט פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע, פון וועם דער רב שליט"א איז אויך אן אייניקל.


מיטוואך בעצם יומא דהילולא, איז מען ארויסגעפארן דעם לאנגן וועג צום שטאט חאנטשין, נאכמיטאג האט מען דערגרייכט דעם נאסטאלגישן ביהמ"ד פונעם בעל ההילולא וועלכע איז אין די לעצטע יארן אריבער אונטער די פילע בעלות פון אידישע הענט און איז אדאנק די השתדלות פונעם רב שליט"א, איבערגעבויט געווארן כראוי וכיאות פאר דעם מקום קדוש.


דער מעיאר פון שטאט האט דארט אפגעווארט דעם רב שליט''א מיט גרויס כבוד און איז ארומגעוויזן געווארן אינעם איבערגעבויטן ביהמ"ד, און די שילדן מיטן בילד פונעם הייליגן חאנטשינער צייגנדיג אז אויף דעם ארט האט דער צדיק אפגעראכטן זיין הייליגע עבודה.


פון דארט איז מען ארויסגעפארן צום דערנעבענדיגן שטאט קיעלץ ווי מען איז ארויף צום ציון המצוינת פונעם הייליגן חאנטשינער, וואס איז אין די יארן פארן קריג  געווען באקאנט אלס א תל תלפיות פאר מאסן אידן וואס פלעגן דארט זעהן גרויסע ישועות למעלה מדרך הטבע.


ביים מעמד התפילה האט מען מזכיר געווען די נדיבי עם וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן לטובת דעם איבערבוי פונעם הייליגן אוהל בתכלית היופי וההידור לכבודם פון הצדיקים אשר שם מנוחתם כבוד, בשעת די מעמד התפילה זענען אנגעקומען אויפן ארט א גרעסערע קבוצה חסידי סקווירא אין שפיץ פון הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און מען האט אינאיינעם געדאוונט מנחה און דערנאך אנגעהויבן באמירת תהילים ווי הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה, און דער חאנטשינער רב שליט''א האט געזאגט קל מלא רחמים און קדיש.


דערנאך איז פארגעקומען אינעם ארטיגן ביהמ"ד א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט א מגבית יסוד צו קענען אויפבויען דעם נייעם הכנסת אורחים אין קיעלץ וואס ווערט אנגעפירט דורך הרה"ח ר' פנחס בראון הי"ו וואס האט אריינגעלייגט אסאך כוחות איבערצויבויען מקום מנוחת קדשו פון הרה"ק רבי מרדכי מקאזמיר זי"ע וואס ליגט אויך באערדיגט אויפן זעלבן בית החיים.


קורצע דברי ברכה איז געהערט געווארן פון הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א און דערנאך פון הגה"צ אבד"ק חאנטשין שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון דעם געהויבענעם מאמענט אז אזא גרויסע ציבור אידן געפונען זיך ביים ציון אין טאג פונעם יארצייט, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעוררות און דאן איז מען ארויף צום ציון הק' פון הרה"ק רבי מרדכי מקאזמיר זי"ע ווי מען האט געזאגט תהילים און געזינגען ניגוני התעוררות.



תגובות


bottom of page