בעוז ותעצומות: בוגרי בחורי בעלזא בקודש פנימה ביי האד' מבעלזא נאכן מיטלעבן לעכטיגן "שבת תעצומות"
- Bechatzros admin
- 21 בינו׳
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' בא • ג' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א.מ.ש.
די בחורי חמד בוגרי ישיבות בעלזא פון די העכערע יארגענג זענען אונטער'ן טיפן רושם פונעם שבת "תעצומות" וואס איז אפגעראכטן געווארן דעם פארלאפענעם שבת פר' וארא בראשות דעם אורח נשגב הגה"צ אבד"ק לימנוב שליט"א וואס האט אנגעפירט דעם גאנצן שבת מבואו ועד צאתו מיט זיינע דרשות נפלאות און טרעפליכע מגידות.
דער שבת איז אפגעראכטן געווארן דורך די ארגון "תעצומות" וואס איז א ספעציעלע מסגרת אונטער די וועלט בארימטע ארגון "צהר" וואס איז נתייסד געווארן און ווערט באגלייט די אלע יארן במסירה נאמנה דורכ'ן רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.
דער רב שליט"א טראגט בכל עת וזמן על לוח לבו הטהור די עלטערע בחורים, און האט אצינד פארבעטן די עסקני צהר צו אראנדזשירן אן ערשטמאליגער דריי-טאגיגער ימי כינוס התחזקות ועידוד פאר די עלטערע בחורים חסידי בעלזא מכל רחבי תבל, צווישן די יארגענג 21 ביז די 25, מיט'ן הויכפונקט א שבת מרומם כולו קודש לה', אין שפיץ פון גדולי משפיעים ובעלי דרשנים.
די ימי תעצומות איז פארגעקומען אין די רייכע האטעל "גני תמר" אין אשקלון, און האט זיך געצויגן פון דאנערשטאג וארא ביז זונטאג פר' בא אויפדערנאכט, מלא וגדוש מיט גייסטרייכע דרשות און פאנעלן דורך שדכנים און מחנכים, ובראשם די בארימטע מחנכים ומגידים הרב פנחס ברייער, און הרה"ג ר' יושע פינק שליט"א דומ"ץ בעלזא בני ברק.
אינעם קלימאקס איז אפגעהאלטן געווארן דער שבת מרומם "תעצומות" בראשות דער לימנובער רב וואס איז ספעציעל געקומען צופארן פון אמעריקא. אויף שבת זענען געלאדנט געווארן אויך די תלמידי ישיבה גבוה "ברכת אהרן" בעלזא אין ירושלים.
מוצאי שבת איז אפגעהאלטן געווארן א גייסטרייכע מלוה מלכה, וואו מ'האט געהאט דעם כבוד צו הערן דעם משא המעמד פון הרה"ג ר' שלום רוקח שליט"א נכדו חביבו פון בעלזא רב שליט"א, וועלכער האט דערנאך פערזענליך פארברענגט מיט די בחורים אויף א געהויבענעם פארנעם.
זונטאג אוונט ביים נעילת ימי תעצומות האבן די בחורים זוכה געווען לבוא אל הקודש פנימה, אריבערפארנדיג קיין ירושלים און אריינגעגאנגען לפני ולפנים צו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וואו מ'האט מקבל געווען די ברכת הקודש און דברי התחזקות וואס דער רבי האט משמיע געווען במאור פניו פאר אלע בחורים.
דער רב שליט"א האט צוערשט געדאווענט מעריב מיט די בחורים אינעם בית תפילה בביתו נאוה קודש, און דערנאך זענען אריין עטליכע שדכנים פון די קהילה וועלכע האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די געהויבענע טעג און במיוחד דער שבת שכולו רוחני, וואס האט געדינט ווי א קוואל פון חיזוק און התחדשות פאר די בחורים.
דערויף איז דער רב שליט''א אריינגעקומען צום מעמד מיט די בחורים, וועלכע האבן אנגעהויבן מיט א רייע ווארעמע ניגונים. נאכדעם האט דער רב שליט"א אנגעהויבן די דברות קודש ארויסברענגענדיג זיין קורת רוח פון די גוטע גריסן איבער די ימי התעלות וואס די בחורים האבן פארברענגט אינאיינעם, דער רב שליט"א האט גערעט איבער די באזונדערע תקפיד וואס יעדער אידיש קינד פארמאגט אויף די וועלט, יעדער מיט זיין נסיונות און שוועריקייטן וואס ער דארף בייקומען, און מסיים געווען מיט ווארעמע ברכות לרוב פאר אלע בחורים, יעדער זאל טרעפן זיין באשערטן שידוך און אויפשטעלן ערליכע אידישע שטובער לשם ותפארת. צום שלוס האט דער רב שליט"א פארטיילט מטבעות פאר די בחורים און געוואונטשן יעדן בפרטות.





















תגובות