התרגשות'דיגער ביקור נימוסין פון צאנזער רבי'ן שליט"א ביי הגאון רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואד
- Bechatzros admin
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין
נעכטן פארמיטאג קורצליך נאך וואס כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א האט געלאנדעט על אדמת ניו יארק איז דער רבי אנגעקומען אויף א ביקור נימוסין אין שטוב פון הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד וואו עס האבן זיך אויך פארזאמלט די ראשי הישיבה הגאון רבי ירוחם אולשין שליט"א און הגאון רבי דוד שוסטל שליט"א, דער רבי שליט"א האט זיך באגריסט מיט די ראשי הישיבה וועלכע האבן שלום גענומען מיט גרויס שמחה און מען האט זיך אוועקגעזעצט צום טיש וואו עס איז פארצויגן געווארן א שיינעם שמועס. נאך'ן טרונקן און וואונטשן לחיים, איז דער רבי שליט"א פארבליבן פערזענליך מיט די ראשי הישיבות, און האבן געשמועסט פריוואט איבערן מצב אין ארצינו הקדושה מיטן גזירת הגיוס און די רדיפת הדת, דער שמועס האט זיך פארצויגן ארום א האלבע שעה, און נאכן באאזוך האבן די ראשי הישיבה ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בכבוד הראוי.















