top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הכנה דרבה אין סאטמארער הויף צו די חתונה פון נכדת דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א‎

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 2 דקות

מוצאי שבת פ' בא • ו' שבט | בחצרות הקודש


מיט שטורמישע געפילן גרייטן זיך חסידי סאטמאר ווידעראמאל מיטצולעבן די התרגשות’דיגע שמחה’דיגע מאמענטן, ביי די חתונה פון הכלה תחי’, נכדת דור רביעי פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס וועט אפגעראכטן ווערן קומענדיגן מאנטאג פרשת יתרו, אול"י ט"ז שבט הבעל"ט בסימן טוב ומזל טוב.


בשטומ"צ וועט גיין אונטער די חופה הכלה ב"ק תחי’, אור אייניקל פון סאטמארער רבי'ן שליט"א, נכדת בנו הגדול הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, חתן דודו הגה"צ גאב"ד סאטמאר-בארא פארק שליט"א. הכלה בת הגה"צ רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א אבד"ק ראצפערט, חתן כ"ק אדמו"ר ממאשלאוי שליט"א, חתן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש.


עב"ג החתן הרב יעקב יצחק ראטנבערג שליט"א, בן הגה"צ רבי חיים צבי שליט"א אבד"ק פינטשוב, בן הגה"צ אבד"ק וואוידיסלוב זצ"ל, וחתן הגה"צ רבי זאב אנפאנג שליט"א, חתן כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא זצ"ל.


ביי רבבות אלפי חסידי סאטמאר ליגט אין די ביינער די געהויבענע רגשי הלב וואס מ'האט זוכה געווען מיטצולעבן די חתונה פונעם ערשטן אור-אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט געציילטע חדשים צוריק, און איז געווען אן היסטארישער איבערלעבעניש.


שמחה גוררת שמחה, גרייט מען זיך איצינד ווייטער צו די נאכפאלגענדע שמחת נישואין פון אן אור אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, וואס ברענגט ווידעראמאל ארויס טיפע הרגשים ביים גאנצן ציבור, מיטהאלטנדיג ווי עס שפינט זיך ווייטער דער שיינער קייט ביים רבי'ן שליט"א אויף אזא געהויבענעם שטייגער.


די חתונה וועט אפגעראכטן ווערן בהיכל ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אין וויליאמסבורג, וועלכע וועט זיין ספעציעל אויסגעשטעלט אויף א פיל פארגרעסערטן פארנעם, מיט הויכע פארענטשעס און מיטן ארייננעמען צוויי זייטן פונעם עזרת נשים אלס טייל פונעם ביהמ"ד, וואס וועט בעזהשי"ת ערמעגליכן צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור במשך די געהויבענע שמחה.


גרייטנדיג זיך צו די חתונה הגדולה, קומט אויפן זכרון זכרונות נעימים פון די חתונה פונעם אבי הכלה הגה"צ רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א אבד"ק ראצפערט, וואס איז אפגעראכטן געווארן אויפן זעלבן מקום בהיכל ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף הופפער סט. אין וויליאמסבורג, געציילטע חדשים נאך'ן התחדשות פונעם ביהמ"ד אויף ראש השנה פון יענעם יאר, שנת תשס"ז לפ"ק.


די סאטמארער עסקנים פונעם ועד החתונה אין וויליאמסבורג ארבעטן איבערמידליך אויסצוארבעטן אלע פרטים פון די שמחה הגדולה וואס אנטשפרעכט צו זיין גאר א פרייליכער און געהויבענער, און וועט ווייטער צונויפברענגען אלפי החסידים פון נאנט און ווייט וואס וועלן זיך מיטפרייען בעידן חדוותא פונעם ראש בית אב דער רבי שליט"א.


די ווייטערדיגע פרטים איבער די געהויבענע שמחה און נאכפאלגענדע שבעת ימי המשתה ווערן איצינד אויסגעארבעט, און וועט אי"ה איבערגעגעבן ווערן אין די נאנטע טעג.


תגובות


bottom of page