הגאון רבי ראובן העכסטער שליט"א אויפגענומען אלס משגיח ישיבת ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואד
- Bechatzros admin
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' בשלח • י' שבט | בחצרות הקודש

די אלפי הלומדים פון די בארימטע לעיקוואודער ישיבה, האבן מיט גרויס התרגשות אויפגענומען די בשורה מרנינה איבער דעם התמנות פון הגאון רבי ראובן העכסטער שליט״א, וועלכער איז אויפגענומען געווארן אלס ״משגיח״ פון די ישיבה, און וועט משמיע זיין שיחות מוסר וחיזוק פאר די לומדים און תלמידי הישיבה.
רבי ראובן שליט״א איז אויפגענומען געווארן אלס משגיח, ממלא מקום צו זיין דעם פיליעריגער משגיח הגאון הגדול רבי מתתיהו חיים סאלאמאן זצ״ל, וועלכער איז צוויי יאר צוריק נסתלק געווארן, איבערלאזנדיג א זעלטענעם חלל בעולם הישיבות, וואס שפירט זיך ביז צום היינטיגן טאג.
דער נייער משגיח רבי ראובן שליט״א איז א יליד ארה״ק, און האט אלס בחור גולה געווען למקום תורה קיין לעיקוואוד, וואו ער איז געווען ממצויני תלמידי הישיבה, געניסנדיג פון א קרבות יתירה צום משגיח הגאון רבי נתן מאיר וואכטפויגל זצ״ל.
נאך די חתונה אין דעטרויט איז רבי ראובן שליט״א ווייטער געווען מחשובי תושבי לעיקוואוד, און איז געווען פון די מצויני הלומדים אינעם כולל פון די ישיבה, ביז מיט יארן צוריק ווען ער איז גערופן געווארן דורך הגאון רבי נתן צבי פינקל זצ״ל ראש ישיבת מיר, צו קומען דינען אלס משגיח פון די מירער ישיבה אין ברכפעלד, מודיעין עילית. ושמו יצא לתהלה מיט די געוואלדיגע שיחות מוסר, זייענדיג גלייכצייטיג א תל תלפיות פאר פילצאליגע אידן, וואס זענען כסדר נהנה פון אים עצה ברכה ותושיה.
אצינד איז רבי ראובן שליט״א פארבעטן געווארן דורך די ראשי ישיבה שליט״א פון די לעיקוואודער ישיבה, זיך אומצוקערן קיין לעיקוואוד צו דינען אלס משגיח הישיבה. אבער דאקעגן האבן די תלמידים ושומעי לקחו פונעם משגיח שליט״א אין ארה״ק אים מפציר געווען צו פארבלייבן אין ארה״ק, צו קענען ווייטער זיין שותים בצמא את דבריו.
אצינד איז געקומען די בשורה מרנינה, אז רבי ראובן שליט״א איז נענה געווען לבקשתם פון די לעיקוואודער ראשי ישיבה שליט״א, און וועט קומען דינען אלס משגיח פון די לעיקוואודער ישיבה, זייענדיג גלייכצייטיג מקיים דעם ״וגם מזה אל תנח ידך״, און וועט אין די זעלבע צייט דינען אלס משגיח אין ביידע ישיבות. דער משגיח וועט איינטיילן זיין עבודת הקודש, און וועט יעדן חודש קומען פארן אויף צען טעג קיין לעיקוואוד, וואו ער וועט משמיע זיין מאמרותיו, און אין די איבעריגע זמנים ממשיך צו זיין צו דינען אלס משגיח פון די מירער ישיבה.
קומענדיגן פרשת יתרו הבעל״ט וועט רבי ראובן שליט״א צום ערשטן מאל ערשיינען אין לעיקוואוד אלס משגיח הישיבה, און וועט איבערגעבן שיחות מוסר והדרכה פאר די תלמידי הישיבה.


