top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טרויער נאך פריצייטיגע פטירה פון בנש"ק הרה"צ ר' משה מרדכי ראבינאוויטש ז"ל זון פון האד' מביאלא אוסטרובא

  • Bechatzros admin
  • לפני יומיים
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' בשלח • ז' שבט | בחצרות הקודש

מיט טיפן שאק און שוידער איז היינט אויפגענומען געווארן די ביטערע בשורה איבער די טראגישע און פריצייטיגע פטירה פון בנן של קדושים, הרה"צ ר' משה מרדכי ראבינאוויטש ז"ל, בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מביאלא אוסטרובא שליט"א וועלכער איז פלוצים נפטר געווארן אין בליענדן עלטער פון בלויז 36 יאר.


די שרעקליכע טראגעדיע האט פאסירט היינט זונטאג אינדערפרי ווען דער נפטר איז ליידער נישט אויפגעשטאנען פון שלאף, אין זיין שטוב אין די גבעת שאול געגענט אין ירושלים, די הצלה וואלאונטירן וואס זענען גערופן געווארן צו די סצענע האבן ליידער תיכף פעסטגעשטעלט אז ער איז שוין נישט בין החיים.


זיין פטירה איז א אבידה פאר אלע זיינע באקאנטע און בפרט ביי חסידי ומעריצי ביאלא אוסטרובא זייענדיג משתתף בצערו של אבא דער רבי שליט"א וועלכע דארף ליידער באגלייטן זיין באליבטן בן יקיר למנוחות, איבערהויפט זייענדיג שוין די דריטע טראגעדיע וואס האט באטראפן דעם רבינס משפחה, אנגעהויבן מיט די פטירה פון זיין אשת נעורים די רעבעצין ע"ה בדמי ימיה, און שפעטער מיט צען יאר צוריק די טראגישע פטירה פון זיין טאכטער מרת חנה פעשא פרענקל ע"ה וועלכע איז ליידער אומגעקומען אין א שווערע באס עקסידענט אויפן וועג פון ירושלים קיין בני ברק.


דער נפטר ז"ל איז געבוירן געווארן אין ירושלים אלס דער בן הבכור צו זיין פאטער יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מביאלא אוסטרובא שליט"א, וועלכער איז די דריטע זון זון פונעם כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק זצ"ל בעל להבת דוד, און צו זיין מוטער הרבנית מרת לאה ע"ה, א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר רבי אברהם שלמה מלעלוב זצוק"ל. 


אין זיין יוגנט יארן האט ער זיך געווייקט במחיצם פון זיינע גרויסע זיידעס האדמורי"ם מביאלא און לעלוב זכר צדיקים לברכה, אלס בחור האט ער געלערנט אין די ישיבה לצעירים פון מכנובקא בעלזא, און איז אויפגעצויגן געווארן אין מוסדות אור קדושים אין גבעת שאול אונטער די הנהגה פון זיין פאטער דער רבי שליט"א.


דער נפטר ז"ל איז געווען אויסגעצייכנט מיט זיין אויסטערלישע איבערגעגעבנקייט צו זיין פאטער, און איז געווען שטארק באליבט און נאנט זייענדיג דעם רבינ'ס נחמה נאך די שווערע טראגעדיעס, ער האט אלע יארן געוואוינט דארט אין גבעת שאול נעבן זיין טאטן און געשטאנען לימינו ארויסצוהעלפן מיט די פעולות נשגבות מקרב זיין רחוקים און נשברי לב, באזונדער איז ער געווען אקטיווו מיטן ארויסגעבן לאור עולם די ספרים הקדושים להבת דוד פונעם זיידן דער ביאלא רבי זצ"ל.


ער לאזט איבער נאך זיך פיר קליינע יתומים'לעך, זיין איינציגסטן ברודער הרב יחיאל יהושע ראבינאוויטש, און זיין שוועסטער אשת הרב משה גאלדשטיין נכד כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א.


די לוויה גייט ארויס היינט 8:30 אויפדערנאכט פון ביהמ"ד ביאלא אוסטרובא אין די גבעת שאול געגענט אויפן וועג צום הר הזיתים ווי ער וועט קומען לקבורה סמוך ונראה לחלקת אבותיו הקדושים אדמור"י בית ביאלא.


ת.נ.צ.ב.ה.



תגובות


bottom of page