top of page
סְלַח וּמְחַל עֲוֹנָם • כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א ביי אמירת תשליך
מיטוואך פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש היינט שלש עשרה מידות איז כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א ארויסגעפארן צו די שילדע טייך בגלילות אנטווערפען, וואו דער רבי האט מקיים געווען מנהג תשליך כנהוג. דער רבי איז אנגעקומען באגלייט דורך הונדערטער חסידים און א ספעציעלער סדר איז איינגעשטעלט געווארן בכדי יעדער זאל קענען מיטהאלטן. פריער אין טאג האט מען געדאווענט מנחה נאכגעפאלגט מיט קריאת הקורבנות אין פשעווארסקער ביהמ"ד, כמנהג צאנז.


שיינער שבע ברכות דורך קהל בית משה אהרן פשעווארסק לרגל השמחה במעונו פון הגה"צ אבד"ק פשעווארסק וומסב"ג שליט"א
מאנטאג פ' האזינו • ד' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש פאריגן זונטאג נאכט שבוע שחל בו ראש השנה איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות לרגל די שמחת החתונה פון הכלה בת הגה"צ ר' איציקל רייך שליט"א אבד"ק פשעווארסק וומסב"ג, צוגעשטעלט דורך קהל בית משה אהרן פשעווארסק, עס איז פארגעקומען אין די זאלן פון ויואל משה אין וויליאמסבורג. לכבוד די שמחה איז ערשינען א הערליכע נייע זמירות 'ברכת יעקב', נוסח ומנהגי פשעווארסק, פרי עמלו פונעם מחותן הגה"צ אב"ד פשעווארסק וומסב"ג שליט"א. במשך די שמחה האבן זיך באטי


דְּרוֹשׁ נָא דוֹרְשֶׁיךָ • סליחות נאכט אין חצר הקודש פשעווארסק
מיטוואך פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


מסיבה לנגידים אפגעראכטן דורך האד' מפשעווארסק לטובת ישיבת עץ חיים ווילרייק אין אנטווערפען
מאנטאג פ' האזינו • כ"ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש באנקעט איז פאריגע וואך אפגעהאלטן געווארן בביתו נאווה קודש פון כ''ק האדמו''ר מפשעווארסק שליט''א אין אנטווערפען, וואס דער רבי האט פאררופן פאר א געקליבענע צאל נדיבי עם קודש, תומכי ומחזיקי תורה פון די בארימטער ישיבה עץ חיים ווילרייק. די מסיבה האט געדינט אלס א געלט אקציע פאר די שטאטישע ישיבה אין אנטווערפען צו וועלכן עס האבן נענה געווען לקול קריאתו פונעם רבי'ן שליט"א, נדיבים בעם פון אנטווערפען און אנדערע אייראפעאישע שטעט, צו ביישטייע


המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ארלאנגער שליט"א וויילט שבת אין אנטווערפען בצל הקודש פון האד' מפשעווארסק
זונטאג פ' האזינו • כ"ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם שב"ק פ' כי תבוא איז המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ארלאנגער שליט"א געווען צוגאסט אין אנטווערפען כמנהגו יעדעס יאר צו וויילן א שבת במחיצת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, מיט וועם דער רב שליט"א טוט אנהאלטן א קשר עליון רבות בשנים. פרייטאג צונאכטס האט דער רב שליט"א אפגעראכטן די סעודת שבת בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' מרדכי פאמעראנץ הי"ו משב"ק אדמור"י בית פשעווארסק. די סעודה האט זיך פארצויגן ביז שפעט אין די נאכט אר


ווידיאו • הגאון רבי דניאל חיים אלתר שליט"א ראש ישיבת פני מנחם באזוכט האד' מפשעווארסק
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


שיינעם ציבור חסידים און מעריצים ביי שמחת החתונה בבית פשעווארסק - זלאטשוב - יבניאל
זונטאג פ' כי תצא • ג' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש שמחת החתונה פון די חתן ערשטע אור אייניקל בן אחר בן ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, אייניקל פון זיין זון הרה"צ ר' שמואל שמעלקא לייזער שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ שמעון שלמה לייזער שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' יהודה פרענקל שליט"א אב"ד זלאטשוב בני ברק, זון פון הגה"צ ר' סיני מאיר פרענקל שליט"א גאב"ד יבניאל, אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זימיגראד זצ"ל בעל ארי' שאג, די שמחה איז פארגעקומען אין זאל היכלי מלכות אין בני


אנטווערפן: שמחת הבר מצוה פון נכד האד' מפשעווארסק משולב מיט יערליכע מעמד צאתכם לשלום
דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: רפי לערער, שרוליק ק,JDN הונדערטער חסידי פשעווארסק און תושבי אנטווערפן האבן מיט גרויס התרגשות מיטגעהאלטן די שמחת הבר מצווה פון אן אייניקל ביי כ''ק האדמו''ר מפשעווארסק שליט"א, א זון פונעם רבינ'ס זון הרה"צ רבי מאיר נתן לייזער שליט"א, איידעם פון הרה"ג רבי שמואל מאיר שטויבער שליט"א, די שמחה איז געווען משולב מיטן מעמד "צאתכם לשלום" ביי וועלכן מען האט זיך געזעגנט פונעם רועה נאמן דער רבי שליט"א איידער דער רבי לאזט זיך


פנה הודה פנה זיוה: האד' מפשעווארסק פארט ארויס קיין דייטשלאנד למנוחת הנפש
זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די טעג גרייט זיך כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א ארויסצופארן קיין דייטשלאנד, וואו ער וועט זיך אויפהאלטן במשך די קומענדיגע זומער-וואכן. ווי באקאנט, פארט דער רבי שליט"א יעדעס יאר ארויס אין די זומער-חדשים קיין פראנקרייך, וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן למנוחת הנפש. היי יאר האט דער רבי שליט"א באשלאסן צו פארן קיין דייטשלאנד. לכבוד דעם באזוך האבן עסקנים ארויסגעדינגען א פאסיגע דירה אין שטאט עסען, מיט אלע נויטיגע איינריכטונגען פאר'ן


ווידיאו • האד' מקרעטשניף סיגעט באזוכט ביי האד' מפשעווארסק
מיטוואך פ' מטות מסעי • כ''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש


הגאון רבי אהרן דוד דוננער ראב"ד לאנדאן באזוכט ביי האד' מפשעווארסק נאכן מסדר זיין חליצה אין שטאט
מיטוואך פ' מטות מסעי • כ''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש א שיינער און ידידות'דיגער באזוך איז נעכטן פארגעקומען בבמעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אין אנטווערפען, ווען הגאון הגדול רבי אהרן דוד דוננער שליט"א, ראב"ד לאנדאן, איז אריינגעקומען אויף א באזוך צום רבי'ן וויילנדיג אויף א קורצע באזוך אין שטאט. דער ראש בית דין איז אנגעקומען קיין אנטווערפן אויף דער ספעציעלער איינלאדענונג פונעם בד"ץ "מחזיקי הדת", כדי צו מסדר זיין א חליצה פאר א פרוי פון פראנקרייך וואס האט ליידער פארלוי


באהלי צדיקים: שטאט אנטווערפען לעבט מיט געהויבענע שמחת נישואין פון נכד כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א
זונטאג פ' חקת בלק • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד בערנאל, רפי לעהרער בשמחה וצהלה האבן פילע הונדערטער תושבי אנטווערפען און חסידי פשעווארסק מיטגעלעבט פאריגע וואך די שמחה הרוממה במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, די חתונה פונעם חתן א זון פון דעם רבינס איידעם הרה"ג ר' יצחק אייזיק לאנדא שליט"א, זון פון הגה"צ ר' בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש בארא פארק, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' שלמה אהרן פאללאק שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק וואדקערט זצ"ל. דורכ'ן


ווידיאו • האד' מפשעווארסק טאנצט מצוה טאנץ ביים חתונה פון א אייניקל אין אנטווערפען
דינסטאג פ' חקת בלק • ח' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש


קורצע בליץ באזוך פון האד' מביאלא באזוכט אין שטאט אנטווערפען
דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א וואס איז אנגעקומען צוגאסט קיין אנטווערפען אויף א קורצע באזוך לכבוד א משפחה שמחה האט פאריגע וואך דינסטאג נאכט אפגעשטאט א ביקור נימוסין ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וואו עס איז געשאפן געווארן א הערליכע שמועס וואו דער רבי האט דערמאנט זיינע זכרונות פון הרה"ק בעל חלקת יהושע מביאלא זי"ע בעת זיין באזוך אין אנטווערפען און די חיבה יתירה פונעם זיידן הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע צום חלקת יהושע. אויך איז א


ווידיאו • נעילת החג מוצאי יום טוב שבועות בחצר הקודש פשעווארסק
פרייטאג פ' נשא ב' • י''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש


אַהֲבָה רַבָּה אֲהַבְתָּנוּ • יום טוב שבועות בחצר הקודש פשעווארסק
דאנערשטאג פ' נשא ב' • י''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


שיינעם שבת אין בני ברק מיט הגה"צ אבד"ק פשעווארסק לאנדאן שליט"א בנו הגדול פון האד' מפשעווארסק
דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אין די טעג האבן פשעווארסקער חסידים אין ארץ ישראל מקבל פנים געווען דעם חשובן גאסט, הגה"צ אבד"ק פשעווארסק לאנדאן שליט''א, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך לרגל די שמחת השלום זכר און דער ברית פון א אייניקל, בן הבכור ביי זיין בן זקונים הרב יעקב לייזער שליט''א איידעם ביי הרה"צ רבי שלמה זלמן וואזנער שליט"א, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א און אן איידעם ביי כ


מאסן חסידים און געסט מיטגעהאלטן ל"ג בעומר טיש במחיצת קדשו פון האד' מפשעווארסק במקום הנופש אין האלאנד
מאנטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש טויזנטער אידן, חסידי פשעווארסק, תושבי אנטווערפען און פילע געסט האבן דעם ל"ג בעומר מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם שולחן הטהור לכבוד היום בצילא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אינעם אפרו-ארט אין האלאנד. ווי נאר עס איז באשטימט געווארן אז דער רבי שליט"א וועט אפרעכטן דעם טיש דארט אין האלאנד, האבן די עסקנים ארויסגעדינגען א גרויסן זאל נישט ווייט פונעם רבינס אכסניא מיט פאסיגע אקאמאדירונג פאר'ן ריזיגן ציבור וואס זענען געקומען מיטהאלטן


אנטווערפען: שמחת הבר מצווה לנכד כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א
מאנטאג פ' בהר בחוקתי • י"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN שמחת הבר מצווה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, א זון פון זיין איידעם הגה"צ ר' אלעזר פריעדמאן שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן, זון פון הגה"צ ר' ברוך אברהם פריעדמאן שליט"א דומ"ץ סאטמאר העריסאן, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען, אין שפיץ פונעם ראש בית אב דער פשעווארסקער רבי שליט"א. במשך די שמחה האבן אויפגעטרעטן מיט דרשות דער מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען


האד' מפשעווארסק וועט אפרעכטן ל"ג בעומר טיש אין א גרויסן זאל אין אפרו-ארט אין האלאנד
מיטוואך פ' אמור • י''ב אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש מטעם בית כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א איז נארוואס באשטעטיגט געווארן די פריידיגע בשורה אז דעם קומענדיגן ל"ג בעומר וועט דער רבי שליט"א מעריך זיין דעם שלחן הטהור לכבוד היום אויף א גרויסן פארנעם, אינעם אפרו-ארט אין האלאנד. דער יום טוב ל"ג בעומר איז פון די געהויבנסטע טישן אין יאר אין פשעווארסקער הויף, ווען דער רבי רעכט אפ א פארקאכטע עבודה זייענדיג אזוי דבוק באור תורת רבי שמעון בר יוחאי, און די חסידים זענען משתוקק א גאנץ יאר מיטצוהא


bottom of page
