top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פנה הודה פנה זיוה: האד' מפשעווארסק פארט ארויס קיין דייטשלאנד למנוחת הנפש

  • לפני יום אחד (1)
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: לפני 15 דקות

זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש


אין די טעג גרייט זיך כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א ארויסצופארן קיין דייטשלאנד, וואו ער וועט זיך אויפהאלטן במשך די קומענדיגע זומער-וואכן.


ווי באקאנט, פארט דער רבי שליט"א יעדעס יאר ארויס אין די זומער-חדשים קיין פראנקרייך, וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן למנוחת הנפש. היי יאר האט דער רבי שליט"א באשלאסן צו פארן קיין דייטשלאנד.


לכבוד דעם באזוך האבן עסקנים ארויסגעדינגען א פאסיגע דירה אין שטאט עסען, מיט אלע נויטיגע איינריכטונגען פאר'ן רבי'ן שליט"א וכל הנלווים אליו.


אויך האט מען אויסגעארבעט מנינים פאר אלע תפילות, סיי בימות החול און סיי במשך די שבתים, כדי דער רבי שליט"א זאל קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש ווי געווענליך.


היינט אויפדערנאכט ביים שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל ביים רבי'ן שליט"א אינעם גרויסן פשעווארסקער ביהמ"ד אין אנטווערפן, וועט דער רבי שליט"א משמיע זיין דברי פרידה פאר די חסידים, איידער ער לאזט זיך ארויס דעם קומענדיגן דינסטאג אויף דער לענגערער נסיעה, וועלכע איז ערווארטעט אנצוהאלטן ביז אנהייב חודש אלול.

bottom of page