שיינער שבע ברכות דורך קהל בית משה אהרן פשעווארסק לרגל השמחה במעונו פון הגה"צ אבד"ק פשעווארסק וומסב"ג שליט"א
מאנטאג פ' האזינו • ד' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

פאריגן זונטאג נאכט שבוע שחל בו ראש השנה איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות לרגל די שמחת החתונה פון הכלה בת הגה"צ ר' איציקל רייך שליט"א אבד"ק פשעווארסק וומסב"ג, צוגעשטעלט דורך קהל בית משה אהרן פשעווארסק, עס איז פארגעקומען אין די זאלן פון ויואל משה אין וויליאמסבורג.
לכבוד די שמחה איז ערשינען א הערליכע נייע זמירות 'ברכת יעקב', נוסח ומנהגי פשעווארסק, פרי עמלו פונעם מחותן הגה"צ אב"ד פשעווארסק וומסב"ג שליט"א.
במשך די שמחה האבן זיך באטייליגט כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א, כ"ק האדמו"ר מקרעטשניף סיגוט וומסב"ג שליט"א, כ"ק האדמו"ר מתולעת יעקב שליט"א, הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א און נאך.
עס האט אויפגעטראטן הגה"צ ר' מנחם ווייס שליט"א אב"ד אושפיצין ירושלים וועלכע האט ארומגעשמועסט זכרונות מימי קדם פון צדיקי בית פשעווארסק, און אזוי אויך האט מען געהערט דברות קודש פונעם זיידן כ"ק האדמו"ר מסקאליע שליט"א וועלכע האט אויפגעוויקעלט זכרונות הוד קדומים פון זיין קשר מיט צדיקי בית פשעווארסק.


















































































תגובות