top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ארלאנגער שליט"א וויילט שבת אין אנטווערפען בצל הקודש פון האד' מפשעווארסק

  • לפני 40 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' האזינו • כ"ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם שב"ק פ' כי תבוא איז המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ארלאנגער שליט"א געווען צוגאסט אין אנטווערפען כמנהגו יעדעס יאר צו וויילן א שבת במחיצת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, מיט וועם דער רב שליט"א טוט אנהאלטן א קשר עליון רבות בשנים.


פרייטאג צונאכטס האט דער רב שליט"א אפגעראכטן די סעודת שבת בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' מרדכי פאמעראנץ הי"ו משב"ק אדמור"י בית פשעווארסק. די סעודה האט זיך פארצויגן ביז שפעט אין די נאכט אריין, וואו א גרויסן ציבור תושבי העיר האבן מיטגעהאלטן דעם שולחן הטהור, צווישן זיי די קינדער און איידימער פון כ''ק האדמו''ר מפשעווארסק שליט''א.


מוצאי שבת איידער מלוה מלכה איז הרה"צ רבי יצחק משה שליט"א אריין אל הקודש פנימה צום רבי'ן שליט"א, וועלכער האט זיך נאכגעפרעגט איבער די ביהמ"ד און די שיעורים וואס ער טוט איבערגעבן תמידים כסדרן בתורת הקבלה, און מען האט ארומגעשמועסט איבער די כוונת התקיעות על פי סוד וואס מען איז מכוון אום ראש השנה שחל להיות בשבת. שפעטער ביים מלוה מלכה האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם חשובן משפיע מיט ברכת המזון על הכוס.


זייענדיג צוגאסט אין אנטווערפען האט דער רב שליט''א אויפגעטרעטן מיט דרשות און שיעורים אין די בתי מדרשים און ישיבות, וואו הונדערטער תושבי העיר יונג און אלט האבן נהנה געווען מאור תורתו.



תגובות


bottom of page