top of page
האד' מערלוי אנגעקומען קיין אתרא קדישא מירון אלס השלמה נאך ל"ג בעומר
פרייטאג פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: מ. אדלער אין די טעג נאך ל"ג בעומר איז כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א ארויסגעפארן פון עיה"ק טבריה וואו דער רבי וויילט די יעצטיגע טעג אויף אפרוה, קיין אתרא קדישא מירון וואו דער רבי האט מתפלל געווען א לענגערע וויילע ביים ציון הקדוש לישועתן של ישראל.


ביקור חג: האד' מערלוי באזוכט ביי האד' מסלאנים אין ירושלים
דינסטאג פ' טהרה • כ"ז ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם חול המועד פסח האט כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א אפגעשטאט א ביקור חג ביי ידידו ורעו כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א וואס האט ווי זיין שטייגער יעדעס יאר געוויילט אויף יום טוב אין עיר הקודש ירושלים. עס איז געשאפן געווארן א הערליכע שמועס מעניני החג און דער ערלויער רבי האט זיך מזכיר געווען ביים סלאנימער רבי'ן לרפואה שלימה. נאכן טרונקען לחיים האט דער סלאנימער רבי שליט''א ארויסבאגלייט דעם חשובן גאסט ביז צום קאר ונפרדו לשלום ברוב ידידות.


שמחת החג בחצר הקודש ערלוי לכבוד חול המועד פסח
זונטאג פ' טהרה • כ"ה ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN


עשירי קודש: צענטע הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר בעל אמרי סופר מערלוי זצ"ל אפגעצייכנט דורך תלמידי וחסידי ערלוי
דאנערשטאג פ' ויקרא • א' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם מאנטאג י"ג אדר תענית אסתר איז ביי תלמידי וחסידי ערלוי אפגעצייכנט געווארן די צענטע יומא דהילולא קדישא'עשירי יהיה קודש, פונעם רועה נאמן, כ"ק אדמו"ר בעל אמרי סופר מערלוי זצוק"ל, כולם נקבצו והתכנסו להילולא דרבי בצילו פון בנו הגדול ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א, אינעם קריה נאמנה אין קטמון. זונטאג אויפדערנאכט ווי נאר די נאכט איז צוגעפאלן אור ליום י"ג אדר, איז כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד, דער רבי


איש דורות ראו: שמחת הברית פון אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א
פרייטאג פ' וארא • כ"ז טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער בחצר הקודש ערלוי איז די וואך פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א, אייניקל ביי בנו יחידו הרה"צ רבי שלום צבי סופר שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויזניץ שליט"א בן הנולד ביי בנו הגדול הרב משולם ישכר סופר איידעם ביי הרה"צ רבי שמעון שמואל הלברשטאם אב"ד דברי משה, איר אייניקל פון הגה"צ רבי יקותיאל ליברמאן אב"ד סאדיגורא ירושלים, די שמחב איז פארגעקומען אין בית המדרש הגדו


מעמד כבוד התורה און התחלת ימי השובבי"ם אין ישיבה גדולה אוהל שמעון ערלוי אין שפיץ פון האד' מערלוי
מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך פארלאפענעם וואך האבן די בחורי חמד תלמידי ישיבה גדולה אוהל שמעון ערלוי מיטגעהאלטן א שיינעם מעמד כבוד התורה סיום מסכת בבא בתרא והתחלת ימי השובבי"ם לחזק ולהתחזק בלימוד התורה ועבודת השי"ת. די מעמד איז פארגעקומען בחצר הקודש ערלוי אין די קטמון געגענט אין ירושלים במעמד רבנן ותלמידיהון אין שפיץ פונעם נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א וועלכער האט מפאר געווען א לענגערע וויילע און משמיע געווען דברי ברכה פאר די תלמידי


נקדמה פניו: חסידי ערלוי אין אייראפע וועלן מיטלעבן יו"ט'דיגע טעג ביי התרגשות'דיגע באזוך פון האד' מערלוי לרגל נישואי נכדתו
דאנערשטאג פ' ויחי • י''ב טבת | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות ווערט אויפגענומען ביי תלמידי וחסידי ערלוי בארצות אייראפע איבער'ן ביקור קודש ונרגשת וואס ווערט אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א לעיר הבירה לאנדאן, צו באשיינען על ראש שמחתו ביי די גרויסארטיגע חתונה פון אן אייניקל, וואס וועט געפייערט ווערן בקול רנה ותודה המון חוגג. דעם רבי'נס נסיעה קיין חו"ל טראגט א רירנדע באדייט ביי חסידי ערלוי, אפגעבנדיג א שבח והודאה צום אויבערשטן על כל החסד, ווען דעם רבי'נס כוחות ערלויבן


ופרצו חומות: האד' מערלוי מיט פייערדיגע דברי מוסר ומחאה אויף די היינטיגע מאדעס ביי חסידי'שע מלבושים
מאנטאג פ' ויגש • ב' טבת -זאת חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש שטורמישע דברי מוסר ומחאה איז געהערט געווארן דעם מוצאי שבת ביים מעמד הדלקת הנרות פון כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א, וועלכער איז ארויס מיט א קול זעקה ומרה אויף די היינטיגע מאדעס וואס דרינגט אריין ביי די חסיד'ישע מלובשים, אשר לא שערום אבותינו. די ספעציעלע דברי מחאה האט דער רבי שליט"א משמיע געווען אין א איבערראשנדע מאמענט, ווען די הונדערטער חסידים וואס האבן מיטגעלעבט דעם געהויבענעם שבת חנוכה בצל הקודש אין שכונת קטמון אין ירושלים


פרייליכע שמחת החתונה אין הויפן פון מאחנובקא בעלזא - יערוסלאב - שידולובצא - ערלוי
דינסטאג פ' מקץ • כ''ו כסלו - ב' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר חסידי מאחנובקא בעלזא האבן פארלאפענעם וואך מיטגעהאלטן דער שמחת נישואין בחצר הקודש, פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין זון הרה"צ ר' יחיאל מיכל רוקח שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מיערוסלאב שליט"א, מיט די חתן א זון פון הרה"צ ר' שמעון שמואל קארנרייך שליט"א בנו הגדול כ"ק אדמו"ר משידלובצא שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק ערלוי בני ברק שליט"א, וואס איז געפ


ויעקב הלך לדרכו: פילע הונדערטער ביי לויות פון הגה"צ רבי יעקב סופר זצ"ל אבד"ק ערלוי ביתר
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר הונדערטער מלוים האבן דעם דינסטאג באגלייט למנוחות עולמים הגה''צ אבד"ק ערלוי ביתר זצ"ל, וועלכע איז נפטר געווארן באשמורת הבוקר אין עלטער פון 77 יאר, צום טיפן צער פון די בני משפחה און צום גרויסן ווייטאג פון אידן אומעטום און די עדה הקדושה תלמידי וחסידי ערלוי. קורצליך נאך די פטירה איז דער מיטה אריינגעפירט געווארן אין ביהמ"ד ערלוי אויף די התעוררות תשובה גאס אין ביתר, וואו פילע תלמידים האבן ארומגענומען דע


חסידי ערלוי באוויינען פריצייטיגע הסתלקות פון הגה“צ חסידא ופרישא רבי יעקב סופר זצ"ל אבד"ק ערלוי ביתר
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס צער און טרויער איז יעצט פארשפרייט געווארן די שווערע בשורה איבער די פטירה פון האי גאון וצדיק מפורסם, חסידא ופרישא, הגה"צ רבי יעקב סופר אבד"ק ערלוי אין ביתר, זכר צדיק לברכה וועלכע איז נסתלק געווארן לחיי העולם הבא אין עלטער פון זיבן און זיבעציג יאר, לדאבון לב כל בית ישראל. דער רב זצ"ל איז געבוירן געווארן אין יאר תש"ח אלס דער צווייטער זון פון כ"ק אדמו"ר בעל אמרי סופר מערלוי זצוק"ל אין ערלוי - אונגארן, וואו זיין גרויסן פאט


נעילת ימי השמחה: צענטראלער שמחת השבע ברכות לרגל די חתונה בחצר הקודש ערלוי
מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר ברגשי גיל ושמחה האבן חסידי ערלוי מיטגעהאלטן די צענטראלער שבע ברכות לכבוד די חתונה פון די חתן א אייניקל פון כ"ק האדמו"ר מערלוי שליט''א, א זון פון בנו יחידו הרה"צ ר' שלום צבי סופר שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויזניץ שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג רבי טובי' ליבערמאן שליט"א משפיע אין ישיבת פני מנחם זון פון הגה"צ רבי יהושע ליבערמאן ראש ישיבת שומרי החומות, און איידעם פון כ"ק גאב"ד קרית צאנז


אלפי חסידים ביי שמחת נישואין אין הויפן פון ערלוי - קאסוב וויזניץ - קרית צאנז ירושלים - שומרי החומות
דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מאסן חסידים ואנשי מעשה האבן זיך נעכטן מיטגעפריידט ביי די געהויבענע שמחת החתונה בבית ערלוי, קאסוב וויזניץ, קרית צאנז ירושלים, און שומרי החומות, בסימן טוב ובמזל טוב איז געגאנגען אונטער די חופה די חתן א אייניקל פון כ"ק האדמו"ר מערלוי שליט''א, א זון פון בנו יחידו הרה"צ ר' שלום צבי סופר שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויזניץ שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג רבי טובי' ליבערמאן משפיע אין ישיבת פני מנ


יְמִין עֹז עוֹרְרָה • סליחות ראשונות בצל כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א
מאנטאג פ' נצבים • כ''ב אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שמואל דריי, JDN


תפילת רבים אין אתרא קדישא מירון אין שפיץ פון האד' מערלוי לקראת די ימי הרחמים והרצון
דאנערשטאג פ' כי תבא • י"ח אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: מ. אדלער,JDN דעם ליל שישי פ' כי תצא איז כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א...


האד' מערלוי פוקד געוועהן ציון הק' אין צאנז וויילנדיג אין פולין אויף דאטשע
מוצאי שב"ק פ' עקב • כ''ב אב תשפ"ה | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א וואס האלט זיך אויף די יעצטיגער זומער וואכן אין שטעטל זאקאפאנא...


כמנהג החתם סופר ותלמידיו: האד' מערלוי רעכט אפ תיקון חצות ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי
דאנערשטאג פ' ואתחנן • י''ג אב תשפ"ה | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN פארלאפענעם ליל שישי ערב שבת חזון איז כ"ק...


וקוי ה' יחליפו כח: האד' מערלוי ארויסגעפארן קיין זאקופאנא - פולין למנוחת הנפש
דינסטאג פ' ואתחנן • י''א אב תשפ"ה | בחצרות הקודש היינט נאכמיטאג האט זיך כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א ארויסגעלאזט קיין פולין וואו דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן אינעם שטעטל זאקאפאנא אויף מנוחת הנפש, און זיך אנשעפן מיט פרישע כוחות צו שטארקן זיין מצב הבריאות וואס גייט ב"ה כסדר צום בעסערונג זינט דעם סטראוק וואס דער רבי שליט"א האט געליטן קרוב צו צוויי יאהר צוריק. די רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין באגלייטונג פון די בני משפחת המלוכה און וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע צוויי וואכן אינעם


זרע אברהם: רירנדע ברית פארגעקומען ביי האד' מערלוי צו בן הבכור פון 60 יעריגער גר צדק
מיטוואך פ' אמור • ט''ז אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש א זעלטענע און רירנדע ברית איז די וואך פארגעקומען במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מערלוי...


שבת היא מלזעוק: האדמור"ים מוויזניץ און ערלוי אריינגעפירט אין שפיטאל פאר לייכטע באהאנדלונגען
מוצאי שבת פ' טהרה • ה' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש בילד קרעדיט: ארכיון דעם פרייטאג צונאכטס וויילנדיג אין ערד אויף אפרוה האט כ"ק אדמו"ר...


bottom of page
