ביקור חג: האד' מערלוי באזוכט ביי האד' מסלאנים אין ירושלים
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' טהרה • כ"ז ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם חול המועד פסח האט כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א אפגעשטאט א ביקור חג ביי ידידו ורעו כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א וואס האט ווי זיין שטייגער יעדעס יאר געוויילט אויף יום טוב אין עיר הקודש ירושלים. עס איז געשאפן געווארן א הערליכע שמועס מעניני החג און דער ערלויער רבי האט זיך מזכיר געווען ביים סלאנימער רבי'ן לרפואה שלימה. נאכן טרונקען לחיים האט דער סלאנימער רבי שליט''א ארויסבאגלייט דעם חשובן גאסט ביז צום קאר ונפרדו לשלום ברוב ידידות.










תגובות