top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עשירי קודש: צענטע הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר בעל אמרי סופר מערלוי זצ"ל אפגעצייכנט דורך תלמידי וחסידי ערלוי

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' ויקרא • א' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם מאנטאג י"ג אדר תענית אסתר איז ביי תלמידי וחסידי ערלוי אפגעצייכנט געווארן די צענטע יומא דהילולא קדישא'עשירי יהיה קודש, פונעם רועה נאמן, כ"ק אדמו"ר בעל אמרי סופר מערלוי זצוק"ל, כולם נקבצו והתכנסו להילולא דרבי בצילו פון בנו הגדול ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א, אינעם קריה נאמנה אין קטמון.


זונטאג אויפדערנאכט ווי נאר די נאכט איז צוגעפאלן אור ליום י"ג אדר, איז כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד, דער רבי שליט"א האט אנגעטאן דעם טלית כמנהג פרעשבורג און יורד געווען לפני התיבה צו מעריב לרגל דעם יארצייט. באלד נאך מעריב האט זיך דער ציבור געוואשן צום סעודת הילולא וואס איז געווען צוגעשטעלט ביד רחבה לכבוד האי יומא רבה, דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צום עריכת השולחן אינעם גרויסן ביהמ"ד און זיך געוואשן צום סעודה.


צום ערשט האט הגה"צ אב"ד ערלוי בני ברק שליט"א געמאכט א סיום אויף מסכתא מגילה און געזאגט קדיש, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ אבד"ק ערלוי אלעד שליט"א מיט דעם סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך עדת חסידי ערלוי לעילוי נשמתו הטהורה, דער ערלויער רב פון אלעד האט געמאכט דעם סיום און געזאגט דעם קדיש דרבנן, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ ראש ישיבת ערלוי שליט"א מיט'ן התחלת הש"ס, און מיט א דרשה במשנתו הטהורה.


דערנאך האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש און משמיע געווען דברות קודש ארומרעדנדיג פונעם גרויסן פאטער דער בעל ההילולא, וואו דער רבי האט מיט גרויס בענקשאפט ארויסגעהויבן אז זיין גאנץ לעבן איז געווען איין שטיק אהבת תורה, אהבת השם און אהבת ישראל, און גארנישט אנדערש האט ביי אים נישט עקזיסטירט. דער רבי איז דורכגעגאנגען די קורות ימי חייו פונעם צדיק משחר ילדותו ועד זקנה ושיבה, וואו מען האט געזען בחוש ווי אויף יעדע טריט און שריט איז ער געווען "כל כולו להשם" א חטיבה אחת פון קדושה און טהרה. דער רבי האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס, און נאכ'ן בענטשן איז מען דורך וואונטשן לחיים ביים רבי'ן שליט"א.


ביים סעודת הילולא האבן זיך אנגעזען האדמורי"ם מווערדאן פון ירושלים און לעלוב בראנוביץ, הגה"צ גאב"ד טשאבא און נאך פילע רבנים ודיינים ויושבים על מדין תלמידי בעל ההילולא.


צומארגנס דאנערשטאג אינדערפרי האט דער רבי יורד געווען לפני התיבה צו שחרית אין ביהמ"ד הגדול און דערנאך פארגעלערנט א שיעור משניות לעילוי נשמתו הטהורה, פאר ארום דריי פערטל שעה, דערנאך איז דער רבי שליט"א ארויף צום ציון הקדוש אויפ'ן הר המנוחות, אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים, מען האט אויסגעזאגט ספר רביעי אין תהילים, להיפקד בדבר ישועה ורחמים, נאך אמירת תהילים האט דער רבי שליט"א געזאגט קדיש אינאיינעם מיט די ברודער הגה"צ ראש ישיבת ערלוי שליט"א, און דער רבי האט גענומען קוויטלעך פון די חסידים אויפ'ן ציון המצוינת.



תגובות


bottom of page