top of page
נגידי סערט וויזניץ מיטגעהאלטן גייסטרייכע "מסע השותפים" מיט האד' מסערט וויזניץ בהררי ציון וירושלים
דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש הונדערטער נדיבים און תומכי מוסדות סערט וויזניץ האבן פארגאנגענעם וואך מיטגעהאלטן די געהויבענע "מסע השותפים" דורך כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, בהררי ציון וירושלים. די נסיעה האט זיך אנגעהויבן מיטוואך נאכמיטאג ווען דער ציבור נגידים ותומכים זענען ארויסגעפארן צום פראכטפולן "בית האלה" האטעל אין די גלילות פון ירושלים, וואו דער רבי שליט"א האט באלד ביים אנקומען געזעגענט די שותפים מיט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט יעדן באזונדער, להפקד בדב


שמחת התורה איבער בית שמש'ע גאסן ביי הכנס"ת אריינגעגעבן צום ביהמ"ד סערט וויזניץ אין נייעם ישוב רמה ד'
מאנטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך הונדערטער חסידי סערט וויזניץ, און תושבי עיר התורה והחסידות בית שמש בפרט זענען נאך אונטער די טיפע רושם נאכן גרויסארטיגן מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס פראכט אין די בליענדע ישוב רמה ד' אין שטאט. א הכנסת ספר תורה איז שטענדיג א שמחה'דיגע מאורע, אבער דאס מאל האט די מעמד פארמאגט א באזונדערע באדייט, ווען עס איז געפייערט געווארן די וואונדערליכע הרחבת גבולי הקדושה אין די סערט ווזניצער קהי


מעמד החומש סעודה אין תלמוד תורה סערט וויזניץ אין רמת וויזניץ - חיפה
זונטאג פ' שלח • כ''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער פארלאפענעם וואך איז פארגעקומען די מעמד החומש סעודה אין תלמוד תורה סערט וויזניץ אין רמת וויזניץ אין חיפה, אינצווישן די חתני המקרא איז געווען א בשותפות'דיגע אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א און כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א וועלכער האט זיך משתתף געווען ביים מעמד און איז אויפגענומען געווארן ביותרת הכבוד דורך מחותנו האדמו"ר מסערט וויזניץ.


שריד בית מקדשנו: מעמד תפילת רבים דורך האד' מסערט וויזניץ ביים כותל המערבי
מיטוואך פ' בהעלותך • י''ח סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם ב' סיון אין טאג פונעם הילולא קדישא פון הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע איז נכדו כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א אנגעקומען קיין ירושלים אויף א מעמד תפילת רבים ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי ווי דער רבי שליט"א איז זיך נוהג מדי שנה בשנה אין די טעג בעפאר יום טוב שבועות. מען האט געדאוונט מעריב און דער רבי האט געציילט ספירת העומר, דערנאך האט מען געזאגט מזמורי תהילים און געזונגען ניגוני ציפיה לגאולה, אינצווישן זיי


בְּהִגָּלוֹתְךָ מַלְכֵּנוּ עַל הַר סִינַי • חג השבועות בחצר הקודש סערט וויזניץ
דינסטאג פ' נשא ב' • י' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי לוי


בני ברק: האד' מסערט וויזניץ ביים ציון הק' פון זקינו הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע בעצם יומא דהילולא ב' סיון
דאנערשטאג פ' נשא א' • ה' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מאנטאג אינעם יום המיוחס ב' סיון איז כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א ארויסגעפארן קיין בני ברק, אין שפיץ פון הונדערטער חסידים, צום ציון הקדוש פונעם זיידן דער בעל ההילולא הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע במקום מנוחת קדשו אינעם אוהל אדמור"י בית וויזניץ אויפן בית החיים זכרון מאיר, מען האט געזאגט ספר רביעי שבתהילים נאכגעפאלגט מיט די יהי רצון מיט גרויס התעוררות, און דער רבי האט געזאגט קדיש און מתפלל געווען א תפילה חרישית ביים


ווידיאו • האד' מסערט וויזניץ אויף א תפילת רבים ביים כותל המערבי שריד בית מקדשינו
מאנטאג פ' נשא א' • ב' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש


יארצייט פון הגה"צ ראש ישיבת סערט וויזניץ זצ"ל בעל ברכת משה אפגעצייכנט בחצה"ק סערט וויזניץ
מיטוואך פ' אמור • י''ב אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN בחצר הקודש סערט וויזניץ איז דעם מוצאי שבת אפגעראכטן געווארן די סעודת הילולא לכבוד די יארצייט פון הגה"צ ראש ישיבת סערט וויזניץ זצ"ל בעל ברכת משה, וואו כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א האט מעריך געווען שולחנו הטהור ברוב עם הדרת מלך, אינאיינעם מיט ש"ב כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א זון פונעם בעל ההילולא. דברי זכרון איז געהערט געווארן דורך הרה"ג ר' יעקב האגער שליט''א נכד בעל ההילולא, זון פון הגה"צ אבד"ק סערט וויזנ


כַּאֲשֶׁר זָכִינוּ לְסַדֵּר אוֹתוֹ כֵּן נִזְכֶּה לַעֲשׂוֹתוֹ • חג הפסח בצל כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א
דאנערשטאג פ' טהרה • כ"ט ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש


הא לחמא עניא: ערהאבענע מעמד אפיית מצות פאר תומכי קמחא דפסחא בחצר הקודש סערט וויזניץ
זונטאג פ' צו • י''א ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אן ערהאבן מעמד אפיית מצות איז פארגעקומען אין די יעצטיגער ערבי פסחים טעג אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א ווען די רבי שליט"א איז פערזענליך אראפגעקומען באקן מצות אינאיינעם מיט די נדיבים בעם נגידי ותומכי קמחא דפסחא פונעם רבינס שטוב, וועלכע האבן געהאט די זכיה צו באקן מצות אינעם רבינס חבורה. די מעמד איז פארגעקומען אינעם בנין התלמוד תורה אין רמת וויזניץ חיפה, וואו די חשובע נדבנים האבן זוכה געווען צו אנטפאנ


ומשפע מצוות תפילין: הערליכע שמחת הבר מצווה פון נכד האד' מסערט וויזניץ
דאנערשטאג פ' ויקרא • א' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפאנעם זונטאג ויקהל פקודי איז אין רמת וויזניץ חפה פארגעקומען די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, א זון פון בנו הגדול הרה"צ ר' ברוך האגער שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, די שמחה איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר טראץ די מלחנמה אומשטענדן אינעם היכל השולחנות בחצה"ק סערט וויזניץ אין חיפה, נאכגעפאלגט מיטן מעמד הנחת תפילין אויפצומארגנס מאנטאג אין ביהמ"ד הגדול אין רמת וויזניץ חיפה.


הערליכע מעמד כבוד התורה אין כולל מתיבתא להוראה דחסידי סערט וויזניץ אין ירושלים
מאנטאג פ' תצוה • ו' אדר | בחצרות הקודש א פרעכטיגער מעמד כבוד התורה איז פארלאפענעם וואך אפגעראכטן געווארן אין ק"ק סערט וויזניץ אין ירושלים ביי וועלכן עס איז אפגעגעבן געווארן דעם פאסיגן כבודה של תורה פאר א די צורבי מרבנן חברי ורבני כולל מתיבתא להוראה דחסידי סערט וויזניץ אין ירושלים וועלכע האבן זיך פארהערט אויף הלכות בשר וחלב ביי די גדולי ההוראה און האבן ארויסגעוויזן א אויסערגעווענליכע בקיאות אין שולחן ערוך און די נושאי כלים, מיטן ציל צו קענען פסקנען שאלות להורות הוראה בישראל. ב


הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול סערט וויזניץ אריינגעגעבן דורכן לעגענדארן משב''ק הרב נפתלי קליין שליט''א
דאנערשטאג פ' משפטים • כ''ה שבט | בחצרות הקודש דעם מאנטאג האבן זיך חסידי סערט וויזניץ אין קרית מלך רב רמת וויזניץ חיפה מיטגעפריידט מיט די געהויבענע שמחה של תורה ביי די מעמד הכנסת ספר תורה, וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד הגדול דורך הרה"ח ר' נפתלי קליין הי"ו, דער עבד נאמן וועלכער דינט שוין יארן לאנג אלס שמש אין ביהמ"ד הגדול און שטייט לימין קדשם פון אדמור"י בית סערט וויזניץ מיט גרויס איבערגעבנקייט. צום באשטימטן צייט איז כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א ערשינען אין שטוב פ


מעמד החומש סעודה אין נייעם תלמוד תורה סערט וויזניץ אין בליענדע שכונה רמה ד' בית שמש
דינסטאג פ' משפטים • כ''ג שבט | בחצרות הקודש פארלאפענעם דינסטאג האט כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין די נייע בליענדע קהילה אין רמה ד' בית שמש, וואס האט זיך הערליך אנטוויקלט אין די לעצטע תקופה אלס א קהילה נאה וחסידה, וואו עס איז פארגעקומען דער מעמד החומש סעודה פאר די ילדי החמד תלמידי כתה א' אינעם נייעם תלמוד תורה דחסידי סערט וויזניץ וואס האט זיך אין די קורצע צייט קונה שם געווען אלס אן אייגנארטיגע מקום תורה וחינוך פאר די ילדי תשב"ר. די מעמד איז פארגעקומען אין


רֹאשׁ הַשָּׁנָה לָאִילָן: חמשה עשר בשבט בחצר הקודש סערט וויזניץ
מאנטאג פ' יתרו ט"ו שבט | בחצרות הקודש


האד' מסערט וויזניץ אויף אפרוה אין אראזא שווייץ; וועט זיך אומקערן היינט צוליב מלחמה אנגעצויגנקייט אין ארה"ק
מיטוואך פ' וארא • כ"ה טבת | בחצרות הקודש צוליב די לעצטיגע אנטוויקלונגען און די אנגעצויגענע זיכערהייט לאגע אין ארץ הקודש, האט כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א באשלאסן מקדים צו זיין זיין נסיעה אהיים פון שווייץ און זיך אומקערן קיין ארץ ישראל פריער ווי געפלאנט. דער רבי שליט"א, וועלכער וויילט די טעג אויף אפרוה פאר מנוחת הנפש אין אראזא, שווייץ, האט לכתחילה געפלאנט זיך אומצוקערן אהיים קומענדיגן וואך. אבער, אויס זארג פון א אנגעצויגענעם צושטאנד אין ארץ ישראל צוליב די אומרוען אין איראן


נייע ארגון "קומי אורי" געגרינדעט דורך חצה"ק סערט וויזניץ אין חיפה מקרב צו זיין לבבות ישראל לאבינו שבשמים
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש אין א היסטארישע ווענדפונקט איז געגרינדעט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א א נייע "קירוב ארגיניזאציע" מיטן נאמען "קומי אורי" ווי עס ווערט אוועקגעשטעלט א ספעציעלע קבוצה חסידי סערט וויזניץ ארומצוגיין און מקרב זיין שוואכערע אידן פון שטאט חיפה און די ארומיגע צפון שטעט, וועלכע האבן א צמאון און א מבוקש נתקרב צו ווערן לאבינו שבשמים. דער ארגאניזאציע ווערט אוועקגעשטעלט, נאך די לעצטערע פאר יאר זינט די ביטערע "שמחת תורה מלחמה" אין יאר


בְּהַעֲלֹתְךָ אֶת הַנֵּרֹת • יום טוב חנוכה בחצר הקודש סערט וויזניץ
דינסטאג פ' מקץ • כ''ו כסלו - ב' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


האד' מסערט וויזניץ באזוכט אין אויפבליענדע ישוב רמה ד' בית שמש לרגל פרישע הרחבת גבולים בקרב ק"ק סערט וויזניץ
דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך איז כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט''א אנגעקומען אויף א באזוך אין די נייע בליענדע יישוב אין רמה ד' בית שמש, וואו עס האט זיך אין די לעצטע תקופה אנטוויקלט א הערליכע קהילה ומוסדות דחסידי סערט וויזניץ. צוערשט איז די רבי אנגעקומען אויפן שטח וואס די שטאטראט אין בית שמש האט דעזיגנירט פארן נייעם סערט וויזניצער ביהמ''ד, די רבי איז ארויף צו א דירה פון איינע פון די אינגעלייט, און פון דארט זיך אומגעקוקט אויפן שטח רחבת ידים,


ניחום אבלים ביי הרבנים הגאוה"צ קינדער פון הגה"צ אבד"ק סערט וויזניץ ירושלים זצ"ל | בילדער גאלעריע
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN


bottom of page
