שריד בית מקדשנו: מעמד תפילת רבים דורך האד' מסערט וויזניץ ביים כותל המערבי
- לפני 22 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' בהעלותך • י''ח סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם ב' סיון אין טאג פונעם הילולא קדישא פון הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע איז נכדו כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א אנגעקומען קיין ירושלים אויף א מעמד תפילת רבים ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי ווי דער רבי שליט"א איז זיך נוהג מדי שנה בשנה אין די טעג בעפאר יום טוב שבועות.
מען האט געדאוונט מעריב און דער רבי האט געציילט ספירת העומר, דערנאך האט מען געזאגט מזמורי תהילים און געזונגען ניגוני ציפיה לגאולה, אינצווישן זיי דעם ניגון 'קה ריבון' וואס דער רבי האט פארגעזינגען מיט גרויס התרגשות.
פונעם כותל איז דער רבי צוגעפארן צו די בניני האומה זאל, וואו דער רבי האט באשיינט די שמחת הבר מצווה פון אריבער פופציג יתומים דורך די ארגאניזאציע 'זה לזה', וואו דער רבי האט מיטגעהאלטן די שמחה א משך זמן, און די בחורים זענען דורך דעם רבי'ן וועלכער האט יעדן פערזענליך געוואונטשן מזל טוב.









