top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בני ברק: האד' מסערט וויזניץ ביים ציון הק' פון זקינו הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע בעצם יומא דהילולא ב' סיון

  • לפני 6 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' נשא א' • ה' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם מאנטאג אינעם יום המיוחס ב' סיון איז כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א ארויסגעפארן קיין בני ברק, אין שפיץ פון הונדערטער חסידים, צום ציון הקדוש פונעם זיידן דער בעל ההילולא הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע במקום מנוחת קדשו אינעם אוהל אדמור"י בית וויזניץ אויפן בית החיים זכרון מאיר, מען האט געזאגט ספר רביעי שבתהילים נאכגעפאלגט מיט די יהי רצון מיט גרויס התעוררות, און דער רבי האט געזאגט קדיש און מתפלל געווען א תפילה חרישית ביים ציון המצוינת א לענגערע וויילע.


דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו די ציונים הקדושים פונעם פאטער די חכמת אליעזר און דער זיידע דער מקור ברוך, און דערנאך אריין אינעם אוהל פון די רעבעצינס לבית וויזניץ און מתפלל געווען א תפילה קצרה, אזוי אויך איז דער רבי צוגעגאנגען צום ציון פון האדמו"ר רבי יהושע הורוויץ זצ"ל מדזיקוב וועמענס יארצייט געפאלט אויך אויס אין טאג פון ב' סיון, און געזאגט א קדיש.



bottom of page