מעמד החומש סעודה אין נייעם תלמוד תורה סערט וויזניץ אין בליענדע שכונה רמה ד' בית שמש
- Bechatzros admin
- לפני 53 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' משפטים • כ''ג שבט | בחצרות הקודש

פארלאפענעם דינסטאג האט כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין די נייע בליענדע קהילה אין רמה ד' בית שמש, וואס האט זיך הערליך אנטוויקלט אין די לעצטע תקופה אלס א קהילה נאה וחסידה, וואו עס איז פארגעקומען דער מעמד החומש סעודה פאר די ילדי החמד תלמידי כתה א' אינעם נייעם תלמוד תורה דחסידי סערט וויזניץ וואס האט זיך אין די קורצע צייט קונה שם געווען אלס אן אייגנארטיגע מקום תורה וחינוך פאר די ילדי תשב"ר.
די מעמד איז פארגעקומען אין די גרויסער אודאטאריום אינעם שכונה, וואו דער רבי שליט"א האט מיט גרויס הנאה מיטגעהאלטן וואו די חתנא המקרא זאגן פאר די פסוקים און זינגען פאסיגע ניגונים, און דערנאך פארטיילט חומשים פאר די קינדער און ווארעם אנגעוואונטשן די תלמידים, די עלטערן און די צוות התלמוד תורה.
בשעת די מעמד האט דער מנהל התלמוד תורה הרב יעקב לאזאר מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט גרויס התרגשות, און הרה"ג ר' חיים מילער שליט"א משפיע בחצה"ק ביאלא האט משמיע געווען דברי ברכה און דערמאנט דעם טיפן קשר פונעם רבי'ן שליט"א מיט זיין זיידן דער "חלקת יהושע" מביאלא זי"ע, שטייענדיג אין די טעג ארום די הילולא קדישא, צום שלוס האט דער רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד לכבוד המאורע.


















































