הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול סערט וויזניץ אריינגעגעבן דורכן לעגענדארן משב''ק הרב נפתלי קליין שליט''א
- לפני 17 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' משפטים • כ''ה שבט | בחצרות הקודש

דעם מאנטאג האבן זיך חסידי סערט וויזניץ אין קרית מלך רב רמת וויזניץ חיפה מיטגעפריידט מיט די געהויבענע שמחה של תורה ביי די מעמד הכנסת ספר תורה, וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד הגדול דורך הרה"ח ר' נפתלי קליין הי"ו, דער עבד נאמן וועלכער דינט שוין יארן לאנג אלס שמש אין ביהמ"ד הגדול און שטייט לימין קדשם פון אדמור"י בית סערט וויזניץ מיט גרויס איבערגעבנקייט.
צום באשטימטן צייט איז כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א ערשינען אין שטוב פונעם נדבן ר' נפתלי צום מעמד סיום כתיבת האותיות, וואו דער רבי האט קודם קובע געווען א מזוזה ביים אריינגאנג צו זיין דירה און דאן אריינגעשריבן אן אות אינעם ספר תורה, און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים וואו ער האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן נדבן און בני משפחתו. דערנאך האט דער רבי ארויסגעפירט דעם ספר תורה צום תהלוכה ברחובה של עיר, בשעת הונדערטער חסידים באגלייטן דעם ספר און טאנצן מיט א זעלטענעם התלהבות בתופים ובמחולות ביזן ביהמ"ד הגדול.
אנקומענדיג אין ביהמ"ד האבן די ריקודין גובר געווען ביתר שאת ועוז. דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן די הקפות און געטאנצן מיט א זעלטענע שמחת התורה אינאיינעם מיט'ן נדבן ר' נפתלי ומשפחתו. ביים ענדע פון די ריקודין, האט דער רבי פארגעזאגט די מזמורים כנהוג איידערן אריינלייגן דעם ספר תורה אין ארון הקודש.















































