top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הא לחמא עניא: ערהאבענע מעמד אפיית מצות פאר תומכי קמחא דפסחא בחצר הקודש סערט וויזניץ

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' צו • י''א ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

אן ערהאבן מעמד אפיית מצות איז פארגעקומען אין די יעצטיגער ערבי פסחים טעג אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א ווען די רבי שליט"א איז פערזענליך אראפגעקומען באקן מצות אינאיינעם מיט די נדיבים בעם נגידי ותומכי קמחא דפסחא פונעם רבינס שטוב, וועלכע האבן געהאט די זכיה צו באקן מצות אינעם רבינס חבורה.


די מעמד איז פארגעקומען אינעם בנין התלמוד תורה אין רמת וויזניץ חיפה, וואו די חשובע נדבנים האבן זוכה געווען צו אנטפאנגען דעם רבין שליט"א במלוא הדרו.


די רבי שליט"א האט אריינגעגאסן די וואסער, און זיך צוגעקוקט פונדערנאנט אויף דאס מצות באקן, און דערנאך צוגעגאנגען נעבן די אויווען און זיך צוגעקוקט פאר לענגערע מינוטין.


ביים ענדיגן די סדר האפייה האט מען צוגעברענגט די מצות וואס מהאט נארוואס געבאקן און די רבי האט מפריש געווען חלה מיט א ברכה בשם ומלכות, צום שלוס זענען די נדיבים בעם אריבער אל מול פני הקודש און די רבי האט דערביי געשאנקן פאר די נדיבים דריי מצות פארן ליל הסדר, און יעדן אנגעוואונטשן במאור פנים.



תגובות


bottom of page