top of page
צדיק בא לעיר: האד' ממאחנובקא בעלזא באזוכט אין שטאט בארא פארק
פרייטאג פרשת ויצא • י' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארלאפענע וואך, בעת כ"ק אדמו"ר ממכנובקא בעלזא שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן אין בארא פארק בקרב חסידיו, האט דער רבי באזוכט ביים שוואגער כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, ביים מחותן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א, ביי שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מסקווירא בארא פארק שליט"א, און נאך. באזונדער איז פארגעקומען א געהויבענעם מעמד לחיים און מסיבת קבלת פנים לכבודו, אין די נייע מכנובקא בעלזא ביהמ"ד אין שטאט, ביי וועלכן דער רבי האט


האד' ממאחנובקא בעלזא מיטגעהאלטן היסטארישער שבת בצל האד' מסקווירא - ערשטע מאל אין נאנט צו 40 יאר
מאנטאג פרשת ויצא • ו' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN א געהויבענער און היסטארישער שבת איז פאריבער דעם שבת קודש פרשת תולדות בחצר הקודש סקווירא, ווען אין א זעלטענעם ברודערליכן און הכנעה'דיגן שריט איז כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א געקומען צו פארן לעשות את השבת במחיצת הקודש פון ידידו ורעו מאז ומקדם כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אין קרית מלך רב שיכון סקווירא, והנה המלכים נועדו יחדיו, זייענדיג א מרוגש'דיגע און זעלטענע מחזה הוד, ווי די צוויי רביים שליט"א מחבבין זה את ז


פנים חדשות: האד' ממאחנובקא בעלזא זיך משתתף געווען ביי שמחת השבע ברכות במעונו פון האד' מבאבוב
מאנטאג פרשת ויצא • ו' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער דעם מיטוואך למחרת פון די חתונה הגדולה אין די הויפן פון באבוב - ספינקא - סאטמאר ב"פ - טשאקאווא קערעסטיר, איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך דעם זיידן הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א. בשעת די שמחה איז ערשינען כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, וועמען דער זיידע כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט אויפגענומען ביותרת הכבוד און מכבד געווען מיט אלע שבע ברכות, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פר


אהבת קדומים: האד' ממאחנובקא בעלזא וועט מיטהאלטן שבת עילאה בצל ש"ב האד' מסקווירא
דאנערשטאג פרשת חיי שרה • כ"ה חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש ברגשי עילאה און טיפע געגועים ווערט אויפגענומען בחצרות הקודש סקווירא און מאחנובקא בעלזא איבער א היסטארישן שריט וואס ווערט אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וואס וועט מיטלעבן א שבת קודש לה' בצלא קדישא פון ש"ב כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א בקרית מלך רב שיכון סקווירא דעם קומענדיגן שבת פר' תולדות. די נאנטשאפט און התקשרות פון האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא קיין סקווירא גייט צוריק נאך כד הויא טליא, ווען דער רבי איז אלס


עיר העתיקה: האד' ממאחובקא בעלזא וועט פראווען א שבת מיט נגידים אין אלטשטאט ירושלים
מיטוואך פרשת חיי שרה • כ''ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש אין די טעג גרייטן זיך א צאל נדיבי עם קודש, חסידי מאחנובקא בעלזא, מיטצולעבן א פראכטפולן שבת "ועידת הנשיאות העולמית" דחסידי מאחנובקא בעלזא, אין עיר העתיקה אלטשטאט ירושלים, סמוך ונראה צום שריד בית מקדשינו, דער כותל המערבי, במחיצת הקודש פונעם רועה נאמן, כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א. די חיבה יתירה פונעם מאחנובקא בעלזער רבי'ן צום מקום המקדש איז ידוע לכל, און ביי יעדע געלעגנהייט וואס דער רבי געפינט זיך אין ירושלים, וועט ער


נייע מעון הקודש פון האד' ממאחנובקא בעלזא בתוככי בנין ביהמ"ד הגדול מאחנובקא בעלזא באנייט דעם ירח האיתנים
דאנערשטאג פ' נח • ד' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש קרעדיט: ח.ל. מיט גרויס שמחה און התרגשות, איז דעם ירח האיתנים, באנייט געווארן די נייע מעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, אינעם בנין ביהמ"ד הגדול והחדש מאחנובקא בעלזא אין בני ברק. זינט די הסתלקות פונעם פעטער הרה"ק ממאחנובקא זצוק"ל מיט קרוב צו פערציג יאר צוריק, האט דער רבי שליט"א געוואוינט אינעם בנין פונעם אלטן ביהמ"ד אויף רחוב רש"י, וואו דער דער מאחנובקא רבי זי"ע האט געוואוינט בחיים חיותו. אויך אין די לעצטע יארן, זינ


נָגִיל וְנָשִׂישׂ בְּזֹאת הַתּוֹרָה • יום סוכות זמן שמחתנו בחצר הקודש מאחנובקא בעלזא
מאנטאג אסרו חג סוכות תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר


פתח לנו שער בעת נעילת שער: ערב און מוצאי יום הקדוש בחצר הקודש מאחנובקא בעלזא
דאנערשטאג שבוע שחל בו סוכות • י''ג תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר


שיינעם באזוך פון האד' ממאחנובקא בעלזא אין בליענדע קהילה אין שטאט בית שמש
דאנערשטג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך, האבן חסידי מאחנובקא בעלזא אין דער שטאט בית שמש מקבל פנים געווען פני כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אין שטאט אויפצונעמען דעם ציבור לברכת השנים, און האט באשיינט דעם מעמד קביעת מזוזה אינעם נייעם בנין הישיבה לצעירים מאחנובקא בעלזא אין בית שמש. אנקומענדיגע אין די נייע רמה ד' געגענט, האט דער רבי געדינט אלס סנדק ביי א ברית לבן אחד מחסידיו אין דער צייטווייליגער בית מדרש אין רמה ד' און דערנאך


בני ברק: האד' מוויזניץ ירושלים באזוכט ביי מחותנו האד' ממאחנובקא בעלזא
מיטוואך פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש די וואך דינסטאג איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי מחותנו כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א לברך ולהתברך בברכת השנים, וואו עס איז געשאפן געווארן א שיינע שמועס איבער זכרונות פון הרה"ק מסקווירא זי"ע, ספעציעל אין די ירח האיתנים און ביי די שמחות אין די משפחת המלוכה. דערביי האט האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא צוגעוויזן פאר'ן רבי'ן עטליכע חפצי ירושה וואס זענען געלעגן אויפ'ן טיש, מיט וואס דער רבי שליט"א באנוצט ז


כְשֵׁם שֶׁמַּתִּירִים • ערב און מוצאי ראש השנה בחצר הקודש מאחנובקא בעלזא
מאנטאג פ' האזינו • ד' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר


בני ברק: האד' מוויזניץ מאנסי באזוכט ביי האד' ממאחנובקא בעלזא
דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר די נאכט באישון ליל איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א נאכ'ן מתפלל זיין על קברי אבותיו אויפ'ן וויזניצער בית החיים אין בני ברק. דער וויזניצער רבי האט צוערשט אפגעגעבן א ברכת מזל טוב לכבוד די חתונה פונעם ערשטן אור-אייניקל ביי האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא. ס'איז פארצויגן געווארן א שיינעם שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים, און די רבי'ס האבן געטרונקען


המשכת שלשלת הזהב: גרויסארטיגער שמחת החתונה פון ערשטן אור אייניקל ביי האד' ממאחנובקא בעלזא
זונטאג פ' נצבים וילך • י"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר און אומבאשרייבליכע שמחה דקדושה וחדוה עילאה האט ארומגענומען מאסן חסידי מאחנובקא בעלזא וואס האבן זוכה געווען מיטצולעבן די הייליגע שעה'ן פון המשכת שלשלת הזהב, ודור רביעי ישובו הנה, ווען דער מנהיג העדה ורועה נאמן כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א האט דערלעבט די לעכטיגע מאמענט פון די חתונה ביי א דור רביעי, וחסידים ברנה יגילו מיטלעבנדיג די שמחה מיט א זעלטענע געהויבנקייט און טאפנדע התרגשות וואס האט זיך געשפ


מעמד קביעת מזוזות אין נייע בנין ישיבה גדולה מאחנובקא בעלזא אין ירושלים בראשות האד' ממאחנובקא בעלזא
דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש פארגאנגענע וואך, ליל שישי, האבן די תלמידים אין דער מאחנובקא בעלזא ישיבה גדולה אין ירושלים מקבל פנים געווען פני הקודש פונעם נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך בין כותלי הישיבה לרגל דעם נייעם זמן, און במיוחד לכבוד די התחדשות פונעם נייעם בנין הישיבה אין די גבעת שאול געגנט אין ירושלים, נאכדעם וואס די ישיבה איז ביז היינט געווען סטאנציאנירט אין א בנין אין די הר נוף געגנט אין ירושלים, ו


אל המנוחה ואל הנחלה: יום טוב'דיגע טאג אין ק"ק מאחנובקא בעלזא אין ירושלים מיט'ן חנוכת הבית פארן נייעם ביהמ"ד
דאנערשטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער מיט טיפע הרגשים פון שבח והודאה להשי"ת, האבן חסידי מאחנובקא בעלזא תושבי עיר הקודש ירושלים געפייערט די מעמד קביעת מזוזות און פתיחת שערים פארן נייעם בית המדרש הגדול מאחנובקא בעלזא אויף די עלי הכהן גאס בעיר השם שמה. דאס קומט נאך א לאנגע תקופה וואס די קהילה האט געוואנדעט צווישן פארשידענע לאקאלן, איז מען ענדליך געקומען אל המנוחה ואל הנחלה אינעם נייעם ביהמ"ד מפואר וואס איז אהערגעשטעלט געווארן אלס א הערלי


הכנה דרבה בחצה"ק מאחנובקא בעלזא צו חתונה הגדולה פון ערשטע אור-אייניקל פון האד' ממאחנובקא בעלזא
מיטוואך פ' כי תצא • ו' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי מאחנובקא בעלזא רוישן ברגשי שמחה צו די היסטארישע חתונה פונעם ערשטן אור אייניקל - דור רביעי פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וואס וועט פארקומען דעם קומענדיגע וואך הבעל"ט, וחסידים ברנה יגילו אויף א געהויבענעם שטייגער, ווען עס ציעט זיך ווייטער די שלשלת הקודש לשם ולתפארת. בשעה טובה ומוצלחת וועט גיין אונטער די חופה די כלה בת קדושים תחי' אן אייניקל ביים רבינס עלטסטע איידעם הגה"צ רבי יוסף מאיר מאסקאוויטש שליט"א דומ"ץ מאחנובק


הילולא קדישא פון הרה"ק רבי יוסף מאיר ממאחנובקא זי"ע ביי נכדו האד' ממאחנובקא בעלזא
מיטוואך פ' שופטים • כ''ט אב תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט כ"ט אב געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי יוסף מאיר ממאחנובקא זי"ע, נעכטן אויפדערנאכט בליל ההילולא קדישא האו נכדו כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א אפגעראכטן די יארצייט טיש אינעם אלטן ביהמ"ד אין בני ברק.


בית שמש: שמחת פדיון הבן בחצרות מאחנובקא בעלזא - נחלת אהרן - בערגסאז
דינסטאג פ' שופטים • כ''ח אב תשפ"ו | בחצרות הקודש שמחת פדיון הבן פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, און אייניקל פון חתנו הרה"צ רבי אלטר משה טווערסקי שליט"א אבד"ק ראחמיסטריווקא רמה ד' בית שמש א זון פון זיין זון הרב יוחנן טווערסקי איידעם פון הגה"צ רבי אביגדור פאללאק שליט"א רב קהל חסידים רמה ה' בית שמש זון פון כ"ק אדמו"ר מבערגסאז שליט"א און איידעם פון כ"ק אדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין די רמה ב' געגנט אין בית שמ


האד' ממאחנובקא בעלזא עפנט היסטארישע אוצרות מבית גנזיו צום גייסטרייכן "היכלות" פארשטעלונג
דינסטאג פ' עקב • י"ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש א ספעציעלע אויפנאמע איז נעכטן פארגעקומען בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א אין בני ברק ווען עס זענען אריבערגעקומען די חברי הוועד פונעם היסטארישן "היכלות פארשטעלונג", וואו דער רבי שליט"א האט אין א זעלטענעם פאל באוויליגט ארויסצונעמען פילע ירושה חפצים מבית גנזיו און געבן די געלעגנהייט פארן ציבור צו באטראכטן די חפצים פונדערנאנט און זיך מקשר זיין מיט די הייליגע צדיקים, ביי די אויסשטעלונג די קומענדיגע וואך אין די בניני הא


עַל אֵלֶּה אֲנִי בוֹכִיָּה • תשעה באב בחצר הקודש מאחנובקא בעלזא
זונטאג פ' עקב • י"ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר


bottom of page


