הכנה דרבה בחצה"ק מאחנובקא בעלזא צו חתונה הגדולה פון ערשטע אור-אייניקל פון האד' ממאחנובקא בעלזא
- לפני 8 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' כי תצא • ו' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי מאחנובקא בעלזא רוישן ברגשי שמחה צו די היסטארישע חתונה פונעם ערשטן אור אייניקל - דור רביעי פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וואס וועט פארקומען דעם קומענדיגע וואך הבעל"ט, וחסידים ברנה יגילו אויף א געהויבענעם שטייגער, ווען עס ציעט זיך ווייטער די שלשלת הקודש לשם ולתפארת.
בשעה טובה ומוצלחת וועט גיין אונטער די חופה די כלה בת קדושים תחי' אן אייניקל ביים רבינס עלטסטע איידעם הגה"צ רבי יוסף מאיר מאסקאוויטש שליט"א דומ"ץ מאחנובקא בעלזא, זון פון כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, א טאכטער ביי בנו הגדול הרב ישראל מאסקאוויטש שליט"א איידעם פון הגה"צ רבי יהושע מנחם שטערן אבד"ק ראחמיסטריווקא בני ברק.
די חתן איז א נאנטע קרוב משפחה, אליינס אן אייניקל פון די בעלזער צדיקים, אן אייניקל כ"ק אדמו"ר מיערוסלאב שליט"א וואס איז א שוואגער מיטן מאחנובקא בעלזא רבי'ן, א זון פון זיין זון הרה"צ רבי שלום רוקח שליט"א איידעם פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א.
די חתונה וועט אפגעראכטן ווערן קומענדיגן מיטוואך כי תבוא בהיכל ביהמ"ד הגדול מאחנובקא בעלזא אין בני ברק, וועלכע וועט זיין ספעציעל אויסגעשטעלט אויף א נייע און פיל פארגרעסערטן פארנעם, מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס רינגס ארום דריי זייטן פונעם היכל, מיט הונדערטער זיץ-ערטער אינעם גאנצן חלל הביהמ"ד, וואס וועט בעזהשי"ת ערמעגליכן צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור חסידים און די תלמידי הישיבות הקדושות במשך די געהויבענע שמחה.
נאך די חתונה וועט נאכפאלגן די גרויסארטיגע "שבת שבע ברכות" בצילא דמהימנותא אין בני ברק וואו עס איז ווידער ערווארטעט הונדערטער חסידים פון אומעטום. דער קלימאקס פונעם שבת של שמחה וועט זיין דעם עריכת שולחן הטהור און מצוה טאנץ בליל שב"ק.
א מאסיווע אש"ל אפאראט ווערט איינגערישט צו קענען אנטפאנגן בכבוד הראוי די פילע אויסלענדישע געסט צו די ימי השמחה. די חסידים מעבר לים וואס וועלן נישט קענען פארן קיין ארץ ישראל, וועלן זיך לכבוד די יעצטיגע שמחה, צוזאמקומען אין די בתי מדרשים דחסידי מאחנובקא בעלזא אין אמעריקא און אין אייראפע אויף סעודות מצוה, זיך מיטצופרייען בשמחתו פונעם רועה נאמן דער רבי שליט"א, מריחוק מקום ומקירוב לבבות.
אין אלע אפטיילונגען פון די מאחנובקא בעלזא ישיבות גרייט מען זיך מיט פיבערהאטפטיגע הכנות צו די היסטארישע שמחה אין רבינס הויף, ווען שוין פון אנהייב זמן לערנען די בחורים שעות רצופות לקראת די שמחה הרוממה, און דאס וועט איבערגעגעבן ווערן אלס א מנחת ביכורים פארן רבי'ן שליט"א בעת די שמחת החתונה.
די היינטיגע שבת פ' כי תצא וועט פארקומען די שבת עלי' לתורה בבית מדרשו פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מיערוסלאב שליט"א אין בראכפעלד וואו עס וועט זיין צוגאסט אין שטאט די זיידע כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א, לכבוד השמחה במעונו.





תגובות