top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

המשכת שלשלת הזהב: גרויסארטיגער שמחת החתונה פון ערשטן אור אייניקל ביי האד' ממאחנובקא בעלזא

  • לפני 4 דקות
  • זמן קריאה 4 דקות

זונטאג פ' נצבים וילך • י"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

און אומבאשרייבליכע שמחה דקדושה וחדוה עילאה האט ארומגענומען מאסן חסידי מאחנובקא בעלזא וואס האבן זוכה געווען מיטצולעבן די הייליגע שעה'ן פון המשכת שלשלת הזהב, ודור רביעי ישובו הנה, ווען דער מנהיג העדה ורועה נאמן כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א האט דערלעבט די לעכטיגע מאמענט פון די חתונה ביי א דור רביעי, וחסידים ברנה יגילו מיטלעבנדיג די שמחה מיט א זעלטענע געהויבנקייט און טאפנדע התרגשות וואס האט זיך געשפירט ביי די שעה'ן לאנגע שמחת בית צדיקים דעם פארלאפענעם מיטוואך אינעם רבינ'ס הויף אין שטאט בני ברק.


בעשטומ"צ איז געגאנגען אונטער די חופה דעם רבי'נס עלטסטע אור-אייניקל, הכלה ב"ק טאכטער ביי זיין אייניקל הרב ישראל מאסקאוויטש שליט"א, זון פון זיין עלטסטן איידעם הגה"צ רבי יוסף מאיר מאסקאוויטש שליט"א דומ"ץ מאחנובקא בעלזא זון פון כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ רבי יהושע מנחם שטערן שליט"א אבד"ק ראחמיסטריווקא בני ברק, מיט'ן חתן זון פון הרה"צ רבי שלום רוקח שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מיערוסלאוו שליט"א א שוואגער פונעם רבי'ן שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א.


מאסן חסידים אריינגערעכנט צענדליגער געסט מעבר לים האבן איבערגעפילט דעם היכל ביהמ"ד הגדול, וועלכער איז ספעציעל אויסגעשטעלט געווארן אויף א פיל פארגרעסערטן שטייגער, און טראץ די נייע אויסשטעל איז די גרויסע היכל געווען מלא וגדוש עד אפס מקום.


לעת ערב האט זיך אנגעהויבן דער מעמד קבלת פנים, מיט קריאת התנאים איז נתכבד געווארן דער עלטער-פעטער מצד הכלה הגה"צ רבי משה אלעזר מאסקאוויטש שליט"א אבד"ק תוצאות חיים בראכפעלד, און בדחנא דמלכא הרה"ח ר' שמואל זאנוויל באטלמאן הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט הארציגע דברי כיבושין וחרוזים מעורר צו זיין די הערצער און מעלה זיין זכותם פון די הייליגע אבות שרפי מעלה. איידער מען איז ארויס צום באדעקן האט דער מאחנובקער בעלזא רבי אינאיינעם מיט די מחותנים אנגעטון פארן חתן די מלבושי קודש מאוצרו הטוב, דעם קיטל און גארטל פונעם פעטער הרה"ק מבעלזא זי"ע, און די יארמולקע פונעם זיידן הרה"ק רבי איציקל מסקווירא זי"ע.


נאכ'ן באדעקן איז דער רבי שליט"א מיט'ן חתן און שושבינין ארויס צום מעמד החופה תחת כיפת השמים אויף רחוב האדמו"ר מגור, וואו מען האט געזינגען ניגוני התעוררות כנהוג. מיט סידור קידושין האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דער עלטער-זיידע כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, קריאת הכתובה דער גרויסער עלטער-זיידע כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, ברכות ראשונות די זיידעס כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א, הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא בני ברק שליט"א, און דער חשובער גאסט הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ברכה אחריתא דער זיידע כ"ק אדמו"ר מיערוסלאוו שליט"א. נאך די חופה האט דער רבי שליט"א מאציל געווען ברכת קדשו לכל הנאספים און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע מחול לצדיקים. דערביי האט דער רבי פארפירט א לענגערן שמועס אויפן חופה מיט ידידו וריעו כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א וואס האט זיך משתתף געווען ביים חופה.


דערנאך איז געווען צוגעשטעלט די סעודת החתונה כיד המלך לכל הקהל הקודש אינעם בנין ביהמ"ד הגדול איש על מחנהו ואיש על דגלו. ארום 10:30 איז דער רבי שליט"א ערשינען אינעם היכל אינאיינעם מיט די זיידעס און מחותנים האדמורי"ם והרבנים שליט"א, ווען דער גאנצער ציבור הייבט זיך אין ריקודין עילאין, בשעת דער רבי שליט"א איז מפזז ומכרכר מיט רגשי שבח והודאה להשי"ת שהחיינו לזמן הזה, אזוי איז געווען קענטיג במשך די גאנצע שמחה א ספעציעלע שמחה און התרגשות אויפ'ן רבינ'ס געזוכט, ורחושי מרחשין שפתיה מיט פרקי שיר והודאה על כל החסד אשר גמלנו.  



דערנאך האבן זיך די אדמורי"ם שליט"א געוואשן צום סעודת מצווה, און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים, בשעת די קאפעליע בעלי מנגנים בחצר הקודש מאחנובקא בעלזא אינאיינעם מיטן בעל מנגן ר' שמואל זאנוויל באטלמאן פון חצה"ק נדבורנא ירושלים זענען מהנה מיט א רייע ניגוני שבח והודאה. מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער זיידע הגה"צ רבי יוסף מאסקאוויטש דומ"ץ מאחנובקא בעלזא, און די שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די קרובי המשפחה.


נאכן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע ריקודין אין צענטער פונעם היכל בשמחת חתן וכלה, בשעת די גאנצע ציבור איז דורך וואנטשן לחיים און מזל טוב ביי די אדמורי"ם שליט"א, בשעת דער רבי שליט"א קוקט זיך ארום אויף די ריקודין און וואנטשט יעדן צוריק מיט א צהלת פנים.


במשך די שמחה זענען ערשינען פילע אדמורי"ם ורבנים ובראשם האבן זיך אנגעזען די פעטער'ס האדמורי"ם מראחמיסטריווקא, נדבורנא אלעד, שאץ, בישטינא פון פתח תקווה, גאב"ד ביליץ, אב"ד סקולען בני ברק, אב"ד אלטשטאט, אב"ד תולדות אהרן טבריה, הרה"צ רבי יצחק אלעזר מאסקאוויטש משאץ, און האדמורי"ם מקארלין סטאלין, סאסוב, סטריקוב, שבט הלוי, זוטשקא, זוטשקא אמסנא, ביאלא ישרי לב, ביאלא רמת אהרן, אפאלע, ספינקא בית שמש, אב"ד ראצפערט בראזיל, אישי ציבור ר' חנוך זייבארט, ר' מוטי בבציק און נאך פיל.


נאך א קארצע הפסקה האט מען צוגעטרויטן צום מצווה טאנץ, צום ערשט האט דער גרויסער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה און דערנאך א ריקוד של שמחה מיטן חתן און מיטן שוואגער הגה"צ רבי יהושע מנחם שטערן אבד"ק ראחמיסטריווקא בני ברק.


דערנאך האט מען אויפגערופן צו די מצות הריקודין דער עלטער-זיידע כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א וואס האט אפגעראכטן די פלאם פייערדיגע ריקודין באש שלהבת, הייבנדיג דעם ציבור אין די העכערע ספערן. דערנאך זענען געטאנצן די זיידעס כ"ק אדמו"ר מיערוסלאוו שליט"א, הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא בני ברק שליט"א, און הגה"צ דומ"ץ מאחנובקא בעלזא שליט"א, און די מחותנים שליט"א.


באישון ליל האט מען צוגעטרויטן צום הויכפונקט דער מעמד המצוה טאנץ פונעם ראש בית אב דער גרויסער עלטער זיידע דער רבי שליט"א וואס איז געווען א הייליגע אומפארגעסליכע איבערלעבעניש ביי די משתתפים, מען האט געזונגען א רייע ניגוני התעוררות, דער רבי שליט"א האט געוואונטשן לחיים פאר'ן חתן און מחותנים און זיידעס און אראפ צום צענטער פונעם זאל זיך ארויסלאזנדיג אין הייליגע פייערדיגע טענץ לפני נינתו הכלה, ווען די גאנצע ציבור  הייבט זיך אין ריקודין עילאין מיט געוואלדיגע הרגשים פון שבח והודאה זעענדיג ווי די גאלדענע קייט ציהט זיך ווייטער ב"ה.


דערנאך האט דער רבי שליט"א געטאנצן מיט דעם חתן און די מחותנים, און א באזונדערן פייערדיגן טאנץ מיט שאר בשרו הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועם דער רבי האט אויך מכבד געווען טאנצן מיטן חתן, און דערנאך מיט אלע קינדער און אייניקלעך און אור אייניקלעך, "זרע ברך ה'", א באזונדערע רינג מיט די אייניקלעך די קינדערליך, און דערנאך א באזונדערע טאנץ מיט הנגיד רבי דוד שפיטצער הי"ו וועלכע לאזט זיך קאסטן סכומים אדירים פאר'ן רבינ'ס שטוב און דעם רבי'נס פריוואטע צדקה קאסעס.


די חתונה איז פארענדיגט געווארן ארום 3:30 פארטאגס, ווען די חסידים צוגייען זיך מיט איבערגעפילטע הערצער פון שמחה וחדוה נאכ'ן זוכה זיין מיטצולעבן די היסטארישע געשעעניש ביים רבי'ן אין הויף.



תגובות


bottom of page