top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד קביעת מזוזות אין נייע בנין ישיבה גדולה מאחנובקא בעלזא אין ירושלים בראשות האד' ממאחנובקא בעלזא

  • לפני 12 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארגאנגענע וואך, ליל שישי, האבן די תלמידים אין דער מאחנובקא בעלזא ישיבה גדולה אין ירושלים מקבל פנים געווען פני הקודש פונעם נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך בין כותלי הישיבה לרגל דעם נייעם זמן, און במיוחד לכבוד די התחדשות פונעם נייעם בנין הישיבה אין די גבעת שאול געגנט אין ירושלים, נאכדעם וואס די ישיבה איז ביז היינט געווען סטאנציאנירט אין א בנין אין די הר נוף געגנט אין ירושלים, וואו מען האט זיך געמוטשעט מיט ענגשאפט און שטארק נאכגעלאזטע אומשטענדן.


דער רבי שליט"א האט צוערשט קובע געווען א מזוזה בשם ומלכות ביים חדר אוכל פון ישיבה, און דערנאך אריבער צו קובע זיין די מזוזה ביים היכל הבית המדרש. דערנאך האט דער רבי ארומשפאצירט אינעם נייעם בנין, וואו דער רבי שליט"א האט שטארק באוואונדערט די הרחבת הדעת און די אלע נויטיגע איינריכטונגען וואס מ'האט אריינגעלייגט אין דעם נייעם בנין אויפ'ן בעסטן און שענסטן פארנעם, צו קענען דינען אלס פאסיגע אכסניא של תורה מיט'ן גרעסטן מאס הרחבת הדעת.


 דערנאך האט דער רבי שליט"א געדאוונט מעריב בהיכל הישיבה. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד לכבוד די יארצייט פון די באבע, הרבנית מלכה ע"ה, מחברתה הטהורה פונעם ערשטן בעלזער רב, הרה"ק בעל שר שלום זי"ע, וואס איז אויסגעפאלן בו ביום, און געזאגט די קדישים לכבוד די יארצייט.


נאך מעריב זענען אלע תלמידי הישיבה דורך ביים רבי'ן, ווי דער רבי שליט"א האט זיך אינטערעסירט ביי די בחורים יעדן בפרטות איבער זיין הצלחה אין די ישיבה און געוואונטשן יעדן באזונדער.


דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורים באגלייט מיט דברי חיזוק, שטייענדיג שוין סמוך, באגלייט מיט דברי חיזוק און הכנה דרבה צו די הייליגע טעג הממשמשים ובאים, און געוואונטשן די בחורים מיט גוטע זיווגים און א כתיבה וחתימה טובה.



תגובות


bottom of page