האד' ממאחנובקא בעלזא עפנט היסטארישע אוצרות מבית גנזיו צום גייסטרייכן "היכלות" פארשטעלונג
- לפני 41 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' עקב • י"ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

א ספעציעלע אויפנאמע איז נעכטן פארגעקומען בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א אין בני ברק ווען עס זענען אריבערגעקומען די חברי הוועד פונעם היסטארישן "היכלות פארשטעלונג", וואו דער רבי שליט"א האט אין א זעלטענעם פאל באוויליגט ארויסצונעמען פילע ירושה חפצים מבית גנזיו און געבן די געלעגנהייט פארן ציבור צו באטראכטן די חפצים פונדערנאנט און זיך מקשר זיין מיט די הייליגע צדיקים, ביי די אויסשטעלונג די קומענדיגע וואך אין די בניני האומה פעסטונג אין ירושלים.
ווי באקאנט פארמאגט דער מאחנובקא בעלזא רבי שליט"א א זעלטענע אוצר פון ירושה חפצים, פון די הייליגע זיידעס צדיקים וקדושים למעלה בקודש, ספרי קודש און בגדי שרד לשרת בקודש, תשמישי קדושה און אוצרות נפלאים כתבים ומכתבים, די אוצר ליגט באהאלטן בגנזי הקודש בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן, און אצינד איז דער רבי שליט"א ארויס מגדרו און האט באוויליגט ארויסצוגעבן טייל פון די אומשאצבארע חפצים מיטן ציל אריינצובאקן אמונת חכמים און געבן די געלעגנהייט פארן ציבור זיך מקשר צו זיין מיטן לעכטיגן אמאל.
דער רבי שליט"א האט אויסגעדרוקט גרויס הנאה הערנדיג איבער די פארשטעלונג און זיך נאכגעפרעגט ביי די ראשי הוועד די באקאנטער חוקר ומומחה אינעם פעלד פון יודאיקע און חפצי קודש הרב יהודה ברייער שליט"א און דער שריפטשטעלער הרב טוביה פריינד שליט"א. דערנאך האט דער רבי שליט"א במשך גאנצע צוויי שעה געצייגט די היסטארישע חפצים, און בלשונו הזהב פארציילט א שלל פון העכסט אינטערעסאנטע סיפורי קודש און השתלשלות פון יעדן חפץ באזונדער, וואס די אנוועזנדע האבן געשלונגען מיט צמאון רב.
אינצווישן די חפצים האט דער רבי געצייגט א "תפילין" וואס איז מיוחס צום בעשטה"ק, געשריבן געווארן דורך הרה"ק רבי הערש סופר זי"ע, א קאלפיק פונעם פריערדיגן בעלזער רב זי"ע, נאך פארשידענע חפצים און כתבי יד פון די צדיקי בית בעלזא, צווישן זיי א ספר בחתימת יד קדשו פונעם הייליגן שר שלום זי"ע און פילע פערזענליכע חפצים וואס דער רבי האט באקומען בירושה פונעם פעטער הרה"ק מבעלזא זי"ע, א זאמלונג פון זילבערנע כלים פון די צדיקים מגזע טשערנאביל, און נאך פיל.
צום שלוס האט דער רבי שליט"א מאציל געווען ברכת קדשו, אנוואונטשנדיג גרויס הצלחה פאר די פארשטעלונג, און די ראשי הוועד האבן באדאנקט דעם רבי'ן פאר די חפצים וואס דער רבי האט ארויסגעגעבן צו מזכה זיין דערמיט אזויפיל טוינזטער אידן.










