top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אל המנוחה ואל הנחלה: יום טוב'דיגע טאג אין ק"ק מאחנובקא בעלזא אין ירושלים מיט'ן חנוכת הבית פארן נייעם ביהמ"ד

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער

מיט טיפע הרגשים פון שבח והודאה להשי"ת, האבן חסידי מאחנובקא בעלזא תושבי עיר הקודש ירושלים געפייערט די מעמד קביעת מזוזות און פתיחת שערים פארן נייעם בית המדרש הגדול מאחנובקא בעלזא אויף די עלי הכהן גאס בעיר השם שמה. דאס קומט נאך א לאנגע תקופה וואס די קהילה האט געוואנדעט צווישן פארשידענע לאקאלן, איז מען ענדליך געקומען אל המנוחה ואל הנחלה אינעם נייעם ביהמ"ד מפואר וואס איז אהערגעשטעלט געווארן אלס א הערליכע בית מקדש מעט.


די קהילה אין ירושלים, וועלכע שטייט שוין העכער דרייסיג יאר נאכאנאנד, האט זיך די לעצטע תקופה פרעכטיג צעבליעט, ציילנדיג קרוב צו צוויי הונדערט משפחות מסלתה ומשמנה, מיט א תלמוד תורה, ישיבה קטנה, כולל אברכים און אלע צרכי הקהילה. נאך צוויי יאר וואס מען האט געוואנדערט גולה אחר גולה, זענען די עסקנים אריינגעשפרינגען א לאנג-יעריגן ליעס אויף א מקום רחבת ידים אויף די עלי הכהן גאס. מען האט זיך באלד אריינגעווארפן מיט א בליץ-שנעלע ארבעט אהערצושטעלן א שפאגל נייעם היכל הביהמ"ד, א עזרת נשים, און א פראכטפולן שמחות זאל, וואס איז געווארן הערליך אהערגעשטעלט מיט אלע הצטרכות פאר די מתפללים ולומדים.


לכבוד די מאורע איז כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א אנגעקומען קיין ירושלים און באשיינט די מעמד לצידו פון בנו חביבו הגה"צ רבי אהרן רוקח שליט"א וועם דער רבי האט נישט לאנג צוריק אויפגענומען לעמוד ולשרת אלס רב הקהילה והבית מדרש בראש העדה. ביים אנקומען האט דער רבי צוערשט קובע געווען די מזוזה ביים הויפט אריינגאנג פונעם בית המדרש. נאכ'ן קובע זיין די מזוזה האט זיך דער רבי געזעצט צו א מסיבת לחיים און משמיע געווען דברי ברכה אין וועלכער ער האט באדאנקט און אנגעוואנטשן אלע עוסקים במלאכת הקודש וועלכע האבן זיך אריינגעלייגט ראשם ורובם צו ברענגען דעם פראיעקט לידי גמר, און אנגעוואנטשן בנו הגה"צ רבי אהרן שליט"א אבד"ק מאחנובקא בעלזא ירושלים ער זאל ווייטער קענען פירן די קהילה מתוך הרחבת הדעת.


נאכדעם האט דער נייער רב שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברים היוצאים מן הלב בהודאה על העבר ובבקשה על העתיד, און דערנאך האבן זיך די חסידים ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין להודות ולהלל אויף די געוואלדיגע דערגרייכונג.


דעם שבת פתיחת שערים און חנוכת הבית איז געפראוועט געווארן דעם לעצטן שבת פ' שופטים אינאיינעם מיטן רב הקהילה הגה"צ רבי אהרן שליט"א. ערב שבת פארן זמן איז פארגעקומען די מעמד הכנסת ספרי התורה ווען מען האט אריינגעפירט די ספרי תורה צום נייעם ארון קודש באגלייט מיט הקפות און מזמורים כנהוג בבית בעלזא. בצפרא דשבתא איז פארגעקומען א גרויסע קידושא רבא לרגל די מאורע און לרגל די געבורט פון א אייניקל ביים רב שליט"א, בת הנולדה ביי בנו הרב ישכר דוב רוקח שליט"א, וואו פילע ידידים ותושבי השכונה זענען געקומען וואונטשן מזל טוב און זיך מיטפרייען אין די שמחה כפולה. צום קלימאקס בעת רעווא דרעווין האט דער רב שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברי התעוררות והדרכה לימי הרחמים והרצון, וואס האט איבערגעלאזט א טיפן רושם אויף אלע פארזאמלטע.



תגובות


bottom of page