top of page
עֶלְיוֹנִים שָׂשֹוּ • יום טוב שבועות אין דושינסקיא הויף
זונטאג פ' נשא ב' • ח' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN


ק"ק דושינסקיא נעמט שריט צו אראפברענגען הויכע פרייזן צו ארויסדינגען דירות אויף ימים טובים
זונטאג פ' נשא א' • א' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בחצר הקודש דושינסקיא איז אין די יעצטיגער טעג בעפאר יום טוב שבועות פראקלאמירט געווארן די נייע תקנות צו לעזן די שרעקליך-הויכע פרייזן און מאנגל פון דירות צו דינגען אין ירושלים עיה"ק אויף יום טוב. דער פראבלעם פון די הויכע דירה פרייזן אין די ימים טובים איז געווארן שטערקער די לעצטערע יארן, ווען דער ציבור וואקסט בליעה"ר, און די בעלי הדירות ערלויבן זיך צו רייטן אויפ'ן צורך און שרויפן ארויף די פרייזן צו אבנארמאלע און אומדערהייבליכע ציפער


געהויבענע שמחת הבר מצוה פון נכד האד' מדושינסקיא פארגעקומען אין שטאט לאנדאן
דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אין שטאט לאנדאן איז דעם זונטאג פארגעקומען די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, א זון פון זיין זון הגה"צ ר' יואל יעקב דושינסקיא שליט"א אבד"ק דושינסקיא לאנדאן, איידעם ביי הרה"ג ר' שלום צבי ענגלענדער שליט"א רב ביהמ"ד דביר קדשו מאחנובקא בעלזא אין לאנדאן, זון פון הנגיד החסיד ר' אליש ענגלענדער שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין זאל פון ת"ת באבוב אין לאנדאן אין שפיץ פונעם געהויבענעם זיידן האדמו"ר מדושינסק


שֶׁמֶן מִשְׁחַת קֹדֶשׁ • ל"ג בעומר בצל כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א
דינסטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN


חסידי דושינסקיא אין לאנדאן גרייטן זיך אויף געהויבענעם באזוך דורך כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א
מאנטאג פ' אמור • י' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי דושינסקיא אין לאנדאן הבירה האבן מיט גרויס התרגשות אויפגענומען די בשורה מרנינה, אז כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וועט אויף קומענדיגן שב"ק פרשת בהר בחוקתי אנקומען צוגאסט אין די שטאט, און וועט דערביי מאציל זיין מהודו אויף די חסידים ותלמידים וואס קוקן ארויס מיט טיפע הרגשים מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת במחיצת הקודש דער רבי שליט"א קומט צו פארן לכבוד די שמחה במעונו, די בר מצוה פון אן אייניקל, א זון פון בנו חביבו הגה"צ רבי י


אבל יחיד: עצרת מספד אין חצה"ק דושינסקיא ככלות השלושים פון הגאון הגדול רבי יעקב מענדל יאראוויטש זצ"ל חבר הבד"ץ
פרייטאג פ' אחרי קדושים • ז' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN שטייענדיג ככלות השלושים פון הגאון האדיר רבי יעקב מענדל יאראוויטש זצ"ל, חבר הבד"ץ העדה החרדית בירושלים עיה"ק, וועלכער איז פלוצלינג נסתלק געווארן פארלאפענעם שבת זכור בצפרא דשבתא, איז אין קהל בית יוסף צבי דושינסקיא אפגעהאלטן געווארן אן עצרת מספד והתעוררות צו באוויינען דעם גרויסן גאון וצדיק וואס זיין פטירה איז א פערזענליכע פארלוסט פאר ק"ק דושינסקיא, אבל יחיד עשוי לך. פילע יארן האט דער רב זצ"ל ג


אומפארגעסליכע שבת התעלות פאר תומכי מוסדות דושינסיקא בארה"ק אפגעראכטן אין שטאט אשקלון
דאנערשטאג פ' אחרי קדושים • ו' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN אין א העכערע גייסט האבן הונדערטער חסידי דושינסקיא מיטגעהאלטן די וואך שבת תזריע טהרה שבת ראש חודש, מיטגעהאלטן א געהויבענע שבת מיוחד פאר די תומכי ומחזיקי וואס שליסן זיך אן מיט חודש'ליכע סכומים לטובת די "ממלכת התורה" דחסידי דושינסקיא, אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א אינעם נייעם פראכטפולן "גלי תמר" האטעל אין אשקלון. נאך לענגערע וואכן פון הכנות ברוחניות און בגשמיות האט מען פרייטאג נ


ותשלם המלאכה: נייע חדרי התפילה אין בנין ביהמ"ד הגדול דושיסנקיא באנייעט דורך האד' מדושינסקיא
פרייטאג פ' טהרה • ל' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר נאכפאלגנדיג די מאסיווע הרחבת גבולי הקדושה אין ביהמ"ד הגדול היכל מהרי"ץ דושינסקיא אין ירושלים עיה"ק, וואס איז אונטערגענומען געווארן פארלאפענעם זומער, איז אין די יעצטיגע וואכן באנייט געווארן די נייע פראכטפולע היכלי התפילה, ווען אין צוגאב צו די פיר עקזיסטירנדע שטיבלעך זענען צוגעקומען דריי נייע חדרי תפילה מפוארים, בנדבת לבם פון חשובע נדיבי עם פון אויסלאנד, ונקראו על שמם היכלי "ניידשטאט", "בערנאט", און "לעב


מַצּוֹת תֹּאכֵלוּ • חג פסח בצל כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א
דינסטאג פ' טהרה • כ"ז ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN


חסידי דושינסקיא פראווען יומא דהילולא פון הגה"ק מהרי"ם דושינסקיא זי"ע גאב"ד ירושלים בצל האד' מדושינסקיא
מאנטאג פ' ויקרא • כ''ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN מיט רגשי קודש פון כיסופין און געגועים איז אפגעצייכנט געווארן ביי תלמידי וחסידי דושינסקיא די דריי און צוואנציגסטער הילולא קדישא פונעם רועה נאמן ומנהיג העדה הגה"ק רבי ישראל משה דושינסקיא זצ"ל גאב"ד ירושלים, וועלכער האט באלויכטן די וועלט מיט זיין תורה וקדושה, בפרט איז די יומא אריכתא אפגעראכטן געווארן בבית מדרשו של רבי בצל קדשו פון בנו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א. דינסטאג נאכט בליל


עַד דְּלֹא יָדַע • יום טוב פורים בחצה"ק דושינסקיא
דינסטאג פ' ויקהל פקודי • כ''א אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר, שלומי טריכטער,JDN


כינוס כללי "ובחרת בחיים" פאררופן פאר בחורי חסידי דושינסקיא לחזק ולהתחזק קעגן די נסיונות הזמן
זונטאג פ' תצוה • ה' אדר | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN / שלומי טריכטער פארלאפענעם זונטאג ביינאכט איז פארגעקומען אין ירושלים עיה"ק דער גרויסער מעמד "ובחרת בחיים" – א כינוס כללי פאר הונדערטער בחורי הישיבות החונים על דגל בית יוסף צבי דושינסקיא, זיך מחזק צו זיין קעגן די פגעי הזמן. צווישן די מערערע דרשות דורך משפיעים ומגידים שונים, איז געהערט געווארן א דרשה נלהבה דורכן גאסט רעדנער כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א און דברות קודש וחובת השעה דורכן מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא


כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה • ט"ו בשבט טיש ביי האד' מדושינסקיא
דינסטאג פ' יתרו ט"ז שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד ארזני,JDN


האד' מדושינסקיא איז מעורר תלמידי הישיבה נאך לעצטיגע טראגעדיעס מיט בחורים און קינדער ל"ע
מיטוואך פ' בא • ג' שבט | בחצרות הקודש היינט פארמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א פלוצים ערשינען אין היכל הישיבה גדולה דושינסקיא אין ירושלים, זייענדיג מעוטף בטליתו נאך א ברית ביי איינע פון די חסידים, דער רבי האט גערעט צו די תלמידי הישיבה אנבאלאנגט די לעצטיגע שווערע שמועות מחרידות פון די נאכאנאנדע טראגעדיעס ה"י אין ארץ ישראל, ווען יונגע בחורים און קליינע קינדערלעך זענען אזוי טראגיש אוועקגעריסן געווארן דורך מיתות שונות ומשונות רחמנא ליצלן, אנגעהויבן מיט צוויי וואכן צוריק בי


האד' מדושינסקיא אויפגענומען הרה"ג ר' יעקב חנני' רייזנער שליט"א אלס דיין ומורה צדק דק"ק דושינסקיא אין עיר הקודש צפת
מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש נעכטן זונטאג ליל ראש חודש שבט, האבן חסידי דושינסקיא תושבי עיה"ק צפת זוכה געווען אויפצונעמען אן עטרה לראשם, ווען כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וואס עינו ולבו נתונים בכל עת תדיר פאר דעם בליה און וואוקס פון די קהילה הקדושה, האט ממנה געווען אן איש על העדה ה"ה הרה"ג ר' יעקב חנני' רייזנער שליט"א לעמוד לשרת בקודש אלס רב און מורה צדק פונעם בית המדרש דחסידי דושינסקיא אין שטאט, לדון ולהורות פאר די חסידים מתפללי ביהמ"ד ובאי בית ה'. די דושינסקיא קהילה


ופרצת ימה וקדמה: חגיגת חנוכת הבית פאר נייעם ביהמ"ד דחסידי דושינסקיא אין שכונת רמה ג' בית שמש
דאנערשטאג פ' וארא • כ"ו טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר,JDN פארלאפאנעם מוצאי שבת ויחי נאכן שבת מרומם וואס כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א האט געפראוועט אין שטאט בית שמש האט דער רבי באשיינט דער מעמד "חנוכת הבית" רבתי פונעם נייעם בנין ביהמ"ד דושינסקיא אין שכונת רמה ג' צוזאמען מיט די סעודת יארצייט לזכרו של הגה"ח ר' שמואל שישא ז"ל מחשובי חברי הקהילה וואס די ביהמ"ד איז אויפגעשטעלט געווארן לשמו ולזכרו. דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און דערנאך האט מען געהערט דר


תלמידי וחסידי דושינסקיא תושבי שכונת רמה ב' בית שמש מיטגעהאלטן התרגשות'דיגע שבת בצל האד' מדושינסקיא
מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריטער, JDN הונדערטער תלמידי וחסידי דושינסקיא איינוואוינער אין רמה ב' אין בית שמש, זענען נאך אונטער די טיפע רושם נאכן מיטלעבן א דערהויבענע שבת במחיצת הקודש פון מורם ורבם כ"ק מרן האדמו"ר מדושינסקיא שליט"א. דער רבי שליט"א האט געפראוועט דעם שבת אין שטאט, נאך מערערע הפצרות פון די בני הקהלה ובראשם דעם רבינס ברודער הגה"צ אבד"ק דושינסקיא בית שמש שליט"א. די תפלות און טישן זענען פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מהרי"ם אויף ר


שעשה ניסים: יום טוב חנוכה בחצר הקודש דושינסקיא
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN


לך כנוס: פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך וחברי בד"ץ העדה החרדית נעמען אנטייל ביים עצרת המיליאן - זעקת התורה
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער


הילולא קדישא פון הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זי"ע אפגעראכטן ערב יום טוב סוכות בצל נכדו האד' מדושינסקיא
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער דעם ערב חג הסוכות, איז אפגעצייכענט געווארן די יומא דהילולא קדישא פונעם מרא דארעא דישראל מרן הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זי"ע. בליל ההילולא קדישא ערב סוכות ליל י"ד תשרי האט נכדו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א פארגעלערנט משניות אין די ישיבה גדולה, און דערנאך געפראוועט דעם שולחן הטהור אין בית המדרש הגדול היכל מהרי"צ דושינסקיא, וואו דער רבי שליט"א האט אויפגעטראטן מיט לענגערע דברי תורה במשנתו הטהורה. דאן האבן או


bottom of page
