top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד הכתרה פון הגה"צ רבי שמואל זלמן שפיטץ שליט"א חתן האד' מדושינסקיא אלס אבד"ק דושינסקיא הר יונה

  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' שופטים • כ''ח אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בשמחה וחדווה איז אפגעראכטן געווארן דער גרויסער מעמד ההתמנות בקרב קהילה קדושה דושינסקיא אין הר יונה, ווען דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א האט ממנה געווען חתנו כבנו הרה"ג רבי שמואל זלמן שפיטץ שליט"א, מו"צ העדה החרדית און ראש כולל להוראה דושינסקיא, אלס רב ודומ"ץ פון די קהילה און קרית דושינסקיא המעטירה אין הר יונה נוף הגליל, לעמוד לפני העדה לשרתם מיט זיינע פסקים און שיעורים.


דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן אינעם היכל ביהמ"ד המרכזי דושינסקיא אינעם קריה נאמנה אין הר יונה, וועלכע איז געווען ספעציעל אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור חסידי דושינסקיא תושבי הר יונה צוזאמען מיט פילצאליגע אורחים און צוקונפטיגע תושבים וועלכע גרייטן זיך ארויסצוקומען אין די נאנטע תקופה, צו דער זייט פון די זקני ופארי העדה, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם מאמענט ווען עס שטעלט זיך אוועק אזא שיינער רוחניות'דיגע יסוד פאר'ן עתיד פון די קהילה און די מוסדות.


צו די באשטימטע צייט נאך תפילת מנחה ברוב עם איז כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א ערשינען צום מעמד צוזאמען מיט חתנו כבנו דער נייער רב שליט"א, מיט זיין פאטער הגאון רבי יהושע חיים ארי' שפיטץ שליט"א ראש ישיבת ווילרייק און זקינו הגדול הגאון האדיר רבי חיים יוסף דוד ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען, וועלכער איז ספעציעל געקומען צופארן צו באשיינען די מעמד.


דער מעמד איז געעפנט געווארן דורכן יו"ר הר"ר שמעון אייזנבאך שליט"א מנהל מרכז הכוללים און מראשי העסקנים, וועלכער האט אנגעפירט דעם שיינעם מאורע בטוב טעם ודעת. ער האט ארויסגעברענגט די שטארקע הצלחה און די וואונדערליכע אנטוויקלונג פון די קריה נאמנה אין די גאר קורצע דריי יאר זינט איר גרינדונג, ודבר בעתו ווען דער רבי שליט"א איז ממנה דעם איידעם אלס רב פון די קהילה וואס וועט זיכער צוגעבן צו די ווייטערדיגע בליה און וואוקס פון די קהילה. דערנאך האט ער איבערגעגעבן דאס ווארט פאר דעם דומ"ץ הקהילה הגאון רבי זכריה דוד בלויא שליט"א אויפצוטרעטן מיטן דבר הקהילה.


מיט גרויס הערצה האט מען אויפגענומען דעם חשוב'ן גאסט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועלכער וויילט אין הר יונה אויף אפרוה. דער רבי שליט"א האט מכבד געווען דעם גאסט מיט לחיים און אים פארבעטן איבערצוגעבן דברי ברכה לכבוד המאורע. דער וויזניצער רבי האט גערעט בשבח פון די שיינע קהילה און מוסדות דחסידי דושינסקיא אין לאנדאן וואס ער האלט מיט פונדערנאנט, און געוואונטשן ווארעמע ברכות פאר דעם נייעם רב אז ער זאל מצליח זיין צו פירן די קהילה, מוסדות און חינוך הבנים והבנות על מי מנוחות. נאכן טרינקען לחיים האבן זיך די אדמו"רים געזעגנט ברוב ידידות.


דערנאך האט אויפגעטרעטן דער זיידע הגה"צ דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען שליט"א וועלכער האט משמיע געווען א טיפן פלפול און דרוש, און ארויסגעברענגט די גרויסע זכיה פון זיין אייניקל צו משמש זיין ברבנות אין אזא חשובן קהלה קדושה בישראל, און נאכדעם איז געהערט געווארן א דרשה פון הגה"צ ראש ישיבת ווילרייק שליט"א, בשבחו פון זיין זון דער נייער רב שליט"א.


מיט יראת הכבוד האט מען דערנאך געהערט די דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, וועלכער האט מאריך געווען בדברי תורה און ארומגערעדט איבער דעם כתר שם טוב וואס די קהילה אין הר יונה האט זיך ב"ה ערווארבן, ודבר בעתו ממנה צו זיין דעם נייעם רב חתנו כבנו שליט"א, וועלכער איז פקיע שמי' אלס ראוי לאותו איצטלא און וועט בעזהשי"ת ווייטער מצליח זיין מרים צו זיין דעם קרן התורה והחסידות בתוככי הקהילה. באזונדער האט דער רבי דערמאנט בשבחם פונעם דיין הגאון רבי זכרי' דוד בלויא שליט"א, און פון הגאון רבי טוביה ליבערמאן שליט"א דומ"ץ דושינסקיא אין רמה ד' בית שמש וואס איז געשטאנען בראש הקהילה אין הר יונה בראשית הדרך, און אויסגעפירט מיט ברכת קדשו פאר'ן נייעם רב שליט"א און פאר'ן גאנצן ציבור.


א שטארקער התרגשות האט געהערשט ביים הערן די דרשה פונעם נייעם רב הגאון רבי שמואל זלמן שפיטץ שליט"א, וועלכער האט בנועם שפתיו משמיע געווען הערליכע דברי תורה, און ארויסגעברענגט זיין האפענונג צו קענען זיין דער שליח עושה שלוחתו פון זיין גרויסן שווער דער רבי שליט"א, וועלכער זארגט זיך מיט אזא איבערגעבנקייט פאר יעדן יחיד, און אויסצופירן רצון קדשו און מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה.


צום שלוס האט מען זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענע ריקודין, און דער גאנצער ציבור איז אריבער א לענגערע צייט וואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן שליט"א און פאר'ן נייעם רב שליט"א, און דער ציבור איז זיך צוגעגאנגען מיט געהויבענע געפילן, נאכ'ן מיטלעבן אזעלכע הערליכע מאמענטן לכבוד התורה ולתפארת בית דושינסקיא.



תגובות


bottom of page