top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בזכות שלושת האבות: תומכי דושינסקיא מיטגעהאלטן גייסטרייכע מעמד התפילה ביים מערת המכפלה מיט האד' מדושינסקיא

לפני 15 שעות
זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' האזינו • כ"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער

הונדערטער חסידי דושינסקיא נגידי ותומכי המוסדות האבן פארלאפענעם ערב שבת סליחות, אריינטרעטנדיג אין די געהויבענע ימי הרחמים והסליחות, מיטגעהאלטן אן ערשטמאליגער מעמד "והושיענו", ווען כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א איז ארויסגעפארן בראש קהל עדתו אויף א דערהויבענע תפילת רבים ביי די קברי אבות אין מערת המכפילה אין חברון.


די נסיעה איז מיטגעהאלטן געווארן דורך די אריבער 600 נדיבי עם קודש בעלי בתים און יונגעלייט מכל רחבי ארץ הקודש, וועלכע שליסן זיך אן מיט קביעות'דיגע סכומים פון 400 דאלער און העכער א חודש לטובת מרכז מוסדות דושינסקיא, די ריזן נעץ פון די מוסדות הקדושים המתנוססים לתפארה על טהרת הקודש.


 באשמורת הבוקר, האבן זיך ארויסגעלאזט באסעס פון אלע קהילות דחסידי דושינסקיא איבערן לאנד. גלייך ביים אנקומען האט זיך דער גאנצר ציבור פארזאמלט אינעם שאטער צו תפילת שחרית וואס איז אריבער מיט א געוואלדיגע התעוררות.


נאכן דאווענען האט מען געזאגט מזמורי תהילים מיט גרויס התעוררות, און דערנאך האט מען געזאגט באשטימטע פיוטי סליחות וואס דער רבי שליט"א האט קובע געווען צו זאגן אויף דעם אדמת קודש, מעורר צו זיין זכות אבות אין די גרויסע טעג.


תיכף נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית ביי איינער פון די חסידים, א אייניקל פון הרה"ח רבי מאיר צבי לאנדא הי"ו, אייגנטומער פון "רויאל הלבשה", ומגדולי תומכי המוסדות. דער רבי שליט"א האט געדינט אלס מוהל און מכניס געווען דעם רך הנימול בבריתו של אברהם אבינו ע"ה הארט נעבן מקום מנוחתו.


נאכן ברית איז פארגעקומען דער מעמד ההוד, ביי וועלכן די דושינסקיא קאפעליע האט מהנה געווען מיט הארציגע ניגוני התעוררות, ניגוני ימים נוראים, און ניגונים המעוררים זכות אבות. דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש חוצבים להבות אש אלס הכנה דרבה צום ימים הנוראים, ארויסהייבנדיג דעם געוואלדיגן געלעגנהייט מעורר זיין זכות ישני חברון צום יום הדין, און אנגעוואנטשן א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר לכל העם הנאספים נדיבי עם קודש.


כמנהג אדמו"רי בית דושינסקיא וועלכע האבן מקפיד געווען נישט אריינצוגיין אינעם בנין מערת המכפילה זעלבסט, איז דער גאנצער ציבור בראשות דעם רבי'ן אריבער צום מקום קיבול תפילות ביי די "זיבעטע טרעפ", וואו אידישע קינדער האבן דורי דורות זיך אויסגעגאסן דאס הארץ אין די יארן וואס די מערה איז געווען פארשלאסן פאר אידן. מען האט דארט געזאגט מזמורי תהילים מיט א געוואלדיגע השתפכות הנפש ווען אלס שליח ציבור דינט הרה"ח ר' יצחק שלמה בלויא שליט"א ספרא דדיינא אינעם בית הגדול שבירושלים.


צום שלוס זענען די הונדערטער משתתפים אריבער להתברך בכל מילי דמיטיב און ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א, מיט ניגוני שמחה, נאכן זיך אויסבעטן אלע גוטע השפעות און א שנה טובה ומבורכת.



תגובות


bottom of page