top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בורא עולם בקנין: אויפבליענדע תלמוד תורה דחסידי דושינסקיא לאנדאן געשלאסן מקח אויף בנין גדול רחבת ידים

  • לפני 21 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס שמחה און התרגשות ווערט אויפגענומען ביי חסידי דושינסקיא תושבי לאנדאן איבער'ן העכסט-געלונגענעם מקח וואס איז געשלאסן געווארן אויף א בנין גדול רחבת ידים פאר די אויפבליענדע תלמוד תורה דחסידי דושינסקיא אין שטאט, וואס איז הולך וגדול אויף א הערליכן פארנעם לשם ולתפארת.


די תלמוד תורה איז געגרינדעט געווארן פאר זעקס יאר צוריק בעידודו וברכת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, אין א צייט ווען עס האבן זיך אנגעהויבן פארמערן די צאל משפחות פון חסידי דושינסקיא בעיר הבירה לאנדאן, וואס האלט שוין היינט ביי אריבער הונדערט משפחות בליעה"ר.


אין לויף פון די לעצטע זעקס יאר איז יעדעס יאר צוגעלייגט געווארן נאך א כתה, און אויף דעם קומענדיגן שנת הלימודים ווערט שוין געעפנט די זעקסטע כתה, ווען די תלמוד תורה פארמאגט שוין העכער 120 קינדער בליעה"ר.


די תלמוד תורה איז מיוחדת במינה, ווערנדיג געפירט גענצליך על טהרת הקודש, און געניסן סיי וועלכע שטיצע פון די רעגירונג, גייענדיג אויף די הייליגע מסורה און קפידא פונעם גרויסן מייסד הקהלה, מרן מהרי"ץ דושינסקיא גאב"ד ירושלים, וועלכער האט בשעתו נישט געלאזט נעמען קיין רעגירונג שטיצע נישט נאר אין ארץ ישראל, נאר אויך פאר זיינע ישיבות וואס ער האט געפירט אין גאלאנטא און אין חוסט, אין די יארן איידער ער איז ארויף קיין ארץ ישראל.


דער נייער בנין התלמוד תורה, וואס איז אויך געקויפט געווארן גענצליך פון כסף טהור, געפינט זיך אויף די פעירהאלט גאס אין הארץ פון היימישן סטעמפארד הילל געגענט.


בברכת קדשו פונעם רבי'ן האט די הנהלת התלמוד תורה געשלאסן מקח אויפ'ן בנין פארלאפענעם פרייטאג, ווען די דאון פעימענט איז אויסגעצאלט געווארן דורך משפחת שווארץ, לע"נ הרה"ח ר' משה אלי' שווארץ ז"ל ראש הקהל דושינסקיא לאנדאן.


אין די קומענדיגע חדשים וועט דער נייער בנין אריבערגיין העפטיגע רענאוואציעס, און ווי אויך וועט צוגעבויט ווערן עטליכע פרישע שטאקן, אהערצושטעלן דעם בנין פאר'ן באנוץ פון די תלמוד תורה.


תיכף נאך די ימים טובים איז געפלאנט א ביקור הוד דורכ'ן רבי'ן שליט"א אין שטאט לאנדאן, צו באשיינען א סעריע מעמדים און באנקעטן לטובת דעם קרן הבנין פון די תלמוד תורה, סיי בקרב חסידי דושינסקיא און סיי בקרב נדיבי עם און מעריצי ואוהדי בית דושינסקיא.

תגובות


bottom of page